אַן עראָטיש ליד

אַן עראָטיש ליד ../images/Emo25.gif

אַ ליד פֿון לייב נײַדוס ___________________________ דעם וואַלד האָב איך ליב, וועלכער ציט זיך אַוועק און שפּאַרט זיך אין הימל אין זוניקן אַרײַן; אַך, נײן – נישט דעם וואַלד, נאָר די שמאָליקע שטעג וואָס שנײַט זיך אין וואַלדיקן האַרצן אַרײַן... די שמאָליקע שטעג האָב איך ליב, וואָס איז בלויז מיט מאָך און מיט אָרעמע בלומען באַמירט; אַך, ניין – נישט די שטעג, נאָר דאָס אײַנזאַמע הויז, צו וועלכן די שליינקלענדע שטעגעלע פֿירט... דאָס הויז האָב איך ליב, וואָס איז ליכטיק באַקרוינט מיט דופֿטיקע גרינס און מיט בוימער פֿאַרשטעלט; אַך, ניין – נישט דאָס הויז, נאָר דאָס מיידל, וואָס וווינט אין יענעס באַהאַלטענעם, שטילן געצעלט...
 
למעלה