אַ גוטן וואָך
אַ גוטן אָוונט און א גוטע וואָך איך בין זייער צופרידן צו זיין דאָ אויפן פורום. דאָס איז די ערשטע מאָל וואָס איך שרייב. מיין יידיש האָב איך געלערנט פון מיינע שוויגער עלטערן עליהם השלום. פאַר מיין חתונה איך האָב ניט געקענט די שפראַך. (באַשולדיקט מיר מיין שגיאות) איך האָב אַ בוך מיט שיינע קינדער לידער. דעם בוך האָט מיין שווער פלעגט ליינען צו מיינע טעכטער ווען זיי זענען געווען קליין. די בוך איז "וואַקסן, וואַקסן בלימעלעך" און די שרייבער איז ה.ערליך געדרוקט געוואָרן אין דרום-אפריקה אין 1964. די ערשטע ליד איז: וואַקסן, וואאקסן בלימעלעך. וואַקסן, וואַקסן בלימעלעך טיף אין אונדזער גאָרטן גרעסערע און קלענערע געפינען וועט איר דאָרטן. די קאָלירן שיינינקע, צו קוקן - אַ מחיה. יעדער טאָג אַלץ פרישינקע בלעטעלעך גאָר נייע. באַגיס איך מיינע בלימעלעך, און גיב א צאַרטן ריר. און ווען איך קום פון שול אַהיים, זיי וואַרטן שוין אויף מיר.