אַזוי וואָלט עס דעדאַרפֿט זײַן >
ברוך-הבא צום ערשטן ייִדישן פֿאָרום אויף דער וועלט. גלייבט אָדער נישט, ביז הײַנט צו טאָג איז נישט געהערט געוואָרן אַזאַ מין מעשׂה – אַ פֿאָרום על טהרת הייִדיש. איצט, נאָכן זיך קלאַפּן אויף די פּלייצעס, קענען מיר אָנהייבן אַרבעטן. די כּללים זענען זייער פּשוטע: די מצוות עשׂה – 1. שרײַבט וועגן וואָסער טעמע איר ווילט, אָבער שרײַבט אויף ייִדיש. 2. שרײַבט וועגן ייִדיש אין וואָסער שפּראַך איר ווילט. 3. האַנדלט וועגן מעשׂיות אויף ייִדיש און וועגן פּאָעזיע און פּראָזע (לידער און דערציילונגען). 4. גיט אָפּ כּבֿוד אײַערע חבֿרים אין פֿאָרום. די מצוות לא-תעשׂה – 1. שעלט נישט אויף אַ מיאוסן אופֿן איינער דעם אַנדערן. 2. פֿירט נישט קיין וויכּוחים וועגן רבונו-של-עולם, וועגן דעם זענען פֿאַראַן אַנדערע פֿאָרומען. 3. נעמט נישט אַרויס איינער דעם צווייטן פֿון די כּלים. מזל-טוב צו דער גוטער שעה. ייִדישיסט / מתנדבֿ. ובשפה הפרימיטיבית יותר: ברוך הבא לפורום הראשון ביידיש בעולם. תאמינו או לא, עד היום לא נשמע כדבר הזה – פורום שכל כולו ביידיש. עכשיו, לאחר הטפיחה על הכתף, אפשר לגשת לעבודה. הכללים פשוטים: מצוות עשה – 1. אפשר לכתוב על כל נושא אם כותבים ביידיש. 2. כאשר כותבים על יידיש מותר לכתוב בכל שפה. 3. תתעסקו בסיפורים ביידיש, בשירה ובספרות. 4. תנו כבוד לחבריכם בפורום. מצוות לא תעשה – 1. אל תקללו בצורה מכוערת אחד את השני. 2. על תנהלו וויכוחים דתיים, בשביל זה יש פורומים אחרים. 3. אל תעצבנו אחד את השני יותר מדי. ייִדישיסט / מתנדב