אויך מיר א רב, ברלנד.
דער ארעסטירטער רב ברלנד האט נאך די העזה עפענען דאס מויל און זאגן אז ער איך נעבעך אן אומשולדיקער קורבן. אייערנעכטן האט דער צווייטער קאנאל פון דער טעלעוויזיע פארעפנטלעך א טאשמעך אין וועלעכן מען הערט ווי דער ברלנד איז זיך אליין מודה ווי ער איז פארגאנגען סעקסועלע באציונגען מיט ווייבער. נישט מער און נישט ווייניקער.
לויטן אינטערנירונגס אפמאך מיט דרום אפריקע, מעג מען אים פארמשפטן דא בלויז אויף באשולדיקונקס פון צורירונגען דא און דארט אין פארהוילטע גלידער פון ווייבער, כלומרשט דאס איז אלץ. אבער עס שמועסט זיך נישט בלויז אין דעם. ער איז רח"ל פארגאנגען דאס געמיינסטע. פאר אזעלכע מעשים קומט זיך תפיסה-שטראף אויף לאנגע יארן, שוין אפגערעדט אויף א מענטש וועלכער האלט אין א גרויסע פאזיציע. א רב פון א גרויסע קהילה. א מנהיג פון הונדערטער חסידים. אזא סקאנדל האט זיך נישט געהערט יארן לאנג. א חרפה און א שאנד. ער האט פארשעמט אלע חרדים. אנגעמאכט א גרויסן חילול השם.
ליידער, וועט ער ארויסגיין פונעם משפט ביליק ווי בארשט. ער וועט מסתמא נישט באקומען תפיסה-שטראף. אבער דער אמתער עונש ווארט אויף אים אויף ייענער וועלט. דארט וועט מען אים אין גהינום ברענען און בראטן אן קיין טראפן רחמנות.