איך ווייס נישט וואָס צו טאָן
האָט איז דער פּראָבלעם: אין די קומענדיקע טעג גייט זיך בײַטן דער גאַנצער אויסזען פֿון די פֿאָרומען אין
. ס´גייט זיך פֿאַרגרעסערן און פֿאַרשענערן, מיר וועלן זײַן אַ סך אַן ערנסטערע זאַך, אַן אמתע קהילה מיט כּמעט אַ גאַנצן פּאָרטאַל. אין דעם פּאָרטאַל וועלן דאָך אַריין גיין חבֿרים פֿון פֿאָרום אָבער אַ סך אַנדערע, צופֿעליקע. מיר וואָלטן געוואָלט אַז אַלע לינקן און אַלע ווערטער זאָלן זײַן אויף ייִדיש, אָבער די פֿרעמדע אָדער די וואָס פֿילן זיך נישט אַזוי זיכער אין ייִדיש וועלן נישט קענען אַזוי גוט פֿאַרשטיין, איז למעשׂה וואָלט געקענט זאָגן: וואָס גייט מיך אָן אָט די אַלע וואָס קענען נישט ייִדיש, זאָלן זיי נישט אַרײַן קומען בכלל, אָבער פֿון דער אַנדער זײַט, מע דאַרף אַלעמען אַרײַנציִען דאָ. זאָל מען שרײַבן די עיקרדיקע זאַכן אויף ייִדיש אָדער אויף העברעיִש ? ס´איז שווער צו שרײַבן צוויישפּראכיק אַ גאַנצע צײַט. איך וואָלט געוואָלט אַז מע זאָל שרײַבן אַלץ אויף ייִדיש.
האָט איז דער פּראָבלעם: אין די קומענדיקע טעג גייט זיך בײַטן דער גאַנצער אויסזען פֿון די פֿאָרומען אין