פּריווט לאכן (אובגעקארעגירט)
ווידעראמאל, ס´איז מיר ממש א בזיון וויפל גרייזן עס האבן זיך אריינגעכאפּט אין מיין פריערדיקן בריוול. אט האט איר אן אויסעבעסערטן נוסח (כ´האף אז שוין אינגאנצן אן די מיאוסע גרייזן): טייערער פריינד מתנדב, די עצה וואס איך קען אייך געבן איז ליידער א ריין לינגוויסטישע. "לטאה" איז אויף יידיש -- א יאשטשערקע! פּריווט אפשר זיך אויסלאכן פון דעם גאנצן עסק, ווייל לאכן איז אליבא דשלום-עליכם א גוט אויסגעפּרואווטער מיטל. און טאמער העלפט עס ניט, וועט עס לכל-הפּחות ניט שאטן. איז לאכט געזונטערהייט, אבער איר זאלט, למען-השם, ניט באדארפן און ניט וויסן פון לאכן מיט יאשטשערקעס!