אליין-א מאנאלאג

מוזר

New member
אליין-א מאנאלאג

ס´חנוכה ביי נאכט מיין פיאות טראפען נאך פון מקוה און איך האב ערשט געצונדען חנוכה לעכט-אליין.איך זעץ מיר אוועק ביי מיין קליינע מכשפ´לה און איך קלאפ אריין.אין מאה-שערים ווירבלט זיך-ס´לעבט.די קינדער דרייען זיך ארום,די אינגלאך מיט געקרייזלטע פיאות ווער מיט ו ווייס´ן קאפל,ווער מיט א שווארצען יארמוקע,און די מיידלאך מיט לאנגע צעפ,קליינע קינדער נאך פול מיט לעבענסמוט.און איך?איך שטיי און קוק ווי דער לעבן לויפט מיר פארביי.איינגעשפארט אין מיין קליין צימער´קע עלענד,איינזאם און אליין קלאפ איך קנעפלאך און די לעבן לויפט מיר פארביי. איך שטיי ווי א ליימינע גולםאון איך קוק אריין אין לעבן ווי אין א שוי-פענסטער. ווי לאנג רבש"ע?ווי לאנג קומט מיר נאך זיך אפצופייניק´ן אף דער קיילאכיג´ן שטיק בלאטע וואס רופט זיך א וועלט?פארוואס קען איך נישט אויפשטעלען א יידישע שטוב ווי אלע אנדערע אין מיין עלטער האבען שוין פון לאנג? ווען איך מיין אז ס´ווארט מיר אפ כאטש בעסערס אף יענער וועלט וואלט איך פון לאנג געבעטען שטארבען נאר אזוי ווי איך ווייס אז וואס ווארט מיר איז מיט עטליכע גראד ווארמער גייט מיר אוועק די גאנצער חשק. אוי טאטאלע! מיט וואס פארא לעבען האסטו מיר געשטראפען אז אפילו דער טויט גלוסט זיך אויך נישט?אמת,טאקע ס´קומט מיר פאר מיינע פילע זינד אבער וויפיהל קען אויסשטיין א קליין מענטשליכען הערצעלע פאר ס´ברעכט אונטער?אין צימער לאזט זיך שפירעןדי קאלטקייט פון א ירשלימ´ער נאכט אבער ביי מיר אין הארצ´ן איז נאך קעלטער-און פארקלעמט.די ליכטאלעך טאנצען,די מוזיק ברענט,און איך זיץ דא אליין,פארטראכט און פארכמורעט.פיהל מיט ליעבער ברידער ס´דאך חנוכה! און א פריילאכ´ן חנוכה אלעמען נ.ב.מיין ווירטואלער פעדער האט אנגעהויבען רינען און איך האב עם נישט געקענט אפשטעלען...
 
../images/Emo24.gif ווי לאַנג רבוש"ע ?

ברודער לעבן, דער מאָנאָלאָג איז זייער טרויעריק… באַשרײַבסט אַזוי שיין דײַן עלנטקייט און דײַן זיצן אַליין אין אַ פֿאָרשטאָפּטע וועלט פֿאַר אַזעלכע ווי דו. אָט די ליימענע צימערל וואָס דו שטעלסט דאָ פֿאָר איז אַ צרה-צרורה. כאָטש דעם אַלעם איז מיר געווען זייער אינטערעסאַנט און אַ מחיה צו לייענען דײַן מאָנאָלאָג, אפֿשר מיינט דאָס לאַכן פֿון עמעצנס ווייטאָג. איך האָב פֿאַר דיר אַ פֿאָרשלאַג: צינד אָן די חנוכּה-ליכט אונטער דער מיקווה-וואַסער און מאַך די ברכות מיט פֿאַרמאַכטע אויגן און בובל אין דער וואַסער… איך האָפֿ אַז דײַן נשמה וועט נישט אַרויספֿליען פֿון דיר אין דער מינוט. אויב דו וועסט בלײַבן לעבן מעגסטו וויסן אַז דו האָסט באַקומען אַ תיקון-השלם נישט נאָר פֿאַר דיר נאָר פֿאַר דײַן גאַנצע משפּחה
אגבֿ, ס´האָט מיר געפֿאָלן דאָס וואָרט "מכשפֿהלע".
 

מוזר

New member
../images/Emo138.gif../images/Emo137.gif../images/Emo70.gif../images/Emo139.gif../images/Emo128.gif../images/Emo70.gif

לכבוד הבה"ח... טשאטשקא´לע מיינער איך בין נישט געקומען זיך אויסוויינען אויף פרעמדע פלייצעס. סיי ס´פאסט מיר נישט,סיי ס´האט נישט קיין זיננען,און סיי ווי סיי איז מיין טרערען-קוואל שוין לאנגע יאהרען פארשטאפט, אויסגעטריקענט. ניין, דאס האב איך לחלוטין נישט געמיינט. וואס´זשע דען איך האב געקלערט די עולם וועט הנאה האבען פון א שיין שטיקעל ליטעראטור וואס ס´דוכט מיר אז ס´איז גאנץ ניש´קשה´דיג געשריבען.איך האב פארגעשילדערט א מצב, א מאמענט אין לעבען.איך האב געעפענט א פענסטער צו א וועלט,א וועלט וואס פאר אנדערע איז אזוי ווילד-פרעמד ווי די אמאליגע שטעטל, און פאר די אונזעריגע וועט עס עריננערין די אלטע זכרונות.אויב ס´געווען גענוג רירענד אז איך האב איינער ערוועקט צו מיטגעפיהל,מיטלייד איז נאר א סימן איך האב גוט געשריבען והיה זה שכרי נ.ב.איך האב פארגעשטעלט "מכשפלה"וועט דיר באנעמען נ.ב.ב. דיינע מושגים אין תיקון-השלם... זיינען נישט פאר מיינע כוחות הכו"ח בכט"ס
 

נחי

New member
אַ ליד וועגן מענטשנס גורל

ווען אַ מענטש ווערט געבורן ווען אַ מענטש ווערט געבארן ער איז זייער קליין, און ווי ער קומט אין די מיטעלע יארן ער איז זייער שיין, און ווען ער קומט צו דער עלטער פאַלט ער ווי אַ שטיין. ווען אַ מענטש ווערט געבארן וויגט מען עם אין אַ וויג, און ווי ער קומט אין די מיטעלע יארן שפרינגט ער ווי אַ ציג, און ווען ער קומט צו דער עלטער פאַלט ער ווי אַ פליג.
 
למעלה