ברוכים-הבאים ../images/Emo39.gif
ערשטנס, טו א זוך אויף מאַקס פּערלמאַן, אַ פֿעיקער קאָמעדיאַנט. ווער רעדט שוין וועגן די פֿאַמיליע בורשטין, וואָס האָבן געווילדעוועט דאָ נישט לאַנג. אין דער אמתן, ס'רובֿ ליצי-ליצנות זייערע איז אַזוי נאַריש אַז איך וואָלט זיך געשעמט צו דערציילן אַז איך הער זיך צו צו זיי. אַוווּ זײַנען די פּיעסעס, די מאָנאָלאָגן, די ייִדישע "שייקספּירן", אַז מיר מוזן זיך צוהערן צו אָט די שמוץ פֿון די ליידיקגייער ווי די אויבן דערמאָנטע. איך קען זאָגן בפֿירוש אַז אייניקע הײַנטיקע בדחנים בײַ די חתונות שטײַגן איבער עשׂרת מונים די נאַרישע אָבער פּאָפּולערע קאָמעדיאַנטן.