נועם סטאריק
New member
א גוטן שבת ../images/Emo141.gif
איך בין אזוי דענערווירט איצט ווייל איך האב אנגעשריבן א גאנצע מגילה וועגן די לעצט-וואכנדיקע געשעענישן און אלץ האט זיך אויסגעמעקט. יופ טווא יא מאט! איז נאך א מאל אין דער קורצן: לי לעצטע וואך מיינע איז געווען א פארשאלטענע. פאראכטטאג איז א טייערער חבר מיינער, איינע פון די בעסטע האנטשאפערס וואס איך קען, שמוליק קוּוואלקין, א 27-יעריקער, האט זיך גענומען דאס לעבן אין א העלן טאג. ער איז אפגעפארן קיין אילת, געדונגען א צימערל אין א שמאטע-האטעל, און זיך געהאנגען, ה' יצילנו. יהי זכרו ברוך
. עטלעכע טעג ארום איז דער פאטער פון א געטרייע חברטע מיינע נפטר געווארן בשיבה טובה
ער איז געווען א שטיקל קולטור-טוער אין דער לאדינו שפראך. נעכטן ביי נאכט האב איך פארלוירן מיין צעלקע! נישט צו גלייבן ווי דאס גאצע לעבן איז אפהענגיק אין אט א דער אפאראטקע. איך קען נישט לעבן אן איר, איך ווער משוגע, דריי זיך ארום ווי א יתום, א נאקעטער אין די תל- אביבער גאסן. איצט לויף קויפן א נייע מאשינקע, חברים טייערע, אויב איר קלינגט מיר איצט אריין וועט איר רעדן צום לאמפ... דעריבער, בין איך אין ספק אויב איך וועל אניאגן צוצוגרייטן דעם עונג @ שבת היינט פאר נאכט. איך גלייב אז נישט. אנטשולדיגט מיר, איך וועל עס פארהענדיקן אומשנעלסטן. למעשה איז דער טעקסט שוין דרייט נאר דער צושטעלן צום דרוק איז נאך נישט פארטיק. זייט מיר מוחל. איין גוטע בשורה האב איך פארט צווישן די אלע שלעכטע גזירות: א נייע ארבעט האב איך זיך געשאפן. איך וועל אנהייבן שרייבן אין איינע פון די באוווסטע יידישע צייטונגען אין ישראל. אין דער מינוט וואס איך וועל זען אונטערגעשריבן מיין נאמען אונטער דער ארבעט וועל איך פארברייטערן מיט פרטים וועגן דער צייטונג און וועגן מיין ארבעט. א גוטן שבת