א נישט-ריכטיקער צוגאנג
עטלעכע מודעות אין דעם פארום געבן מיר דעם איינדרוק, אז מען באציט זיך נישט מיט דער געהעריגער ערנסטקייט כלפי יידיש ביי די חרדישע יידן. לויט מיין ארעמער מיינונג איז דאס אומריכטיק, ווייל דער חרדישער סעקטאר איז, נאך אלעם, דער צענטערפונקט פון יידיש היינט צו טאג. דארט לעבט זי ווי א טעגלעכע, נאטירלעכע, אומגאנגס- און מוטער-שפראך. דארט דארף מען נישט קעמפן פאר א יידישער צוקונפט, ווייל זי וואקסט און בליט - טאקע ווי די חרדישע באפעלקערונג זעלבסט - ווי אויף הייוון. איך מיין, אז עס וואלט כדאי געווען אונזערע חשובע מיטגלידער אויף דעם פארום זאלן זיך דערוועגן פארטראכטן.