אט זיינען די ווערטער
אַ סוכּהלע אַ קלײנע
מיט ברעטעלעך געמײַנע
האָב איך מיר אַ סוכּהלע געמאַכט
באַדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכּהלע בײַ נאַכט
אַ ווינט אַ קאַלטן
בלאָזט דורך די שפּאַלטן
אין די לעכטעלעך זײ לעשן זיך נישט
סע איז מיר אַ חידוש
ווי איך מאַך מיר קידוש
און די לעכטעלעך זײ ברענען גאַנץ שטיל
זײַ נישט קײן נאַר
האָב נישט קײן צער
זאָל דיר די סוכּה נישט זײַן באַנג
עס איז שוין גאָר
באַלד צווײ טויזנט יאָר
אין די סוכּהלע זי שטײט נאָך גאַנץ לאַנג.
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת