א פריילעכן יום-טוב : א פינפערזל (לימעריק)
פארפאסט ווי א פינפערזל לכבוד פורים
זיך פארשטעלט פאר א בוים
ווײנט הערשל, פֿאַרנעצט, פֿון אים רינט.
פֿרעגט די מאַמע: "וואָס איז דיר, מיין קינד?"
- "כ'בין פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ
ביימל,
און פּונקט יאָסל און חיימל -
זיי פֿאַרשטעלט האָט זייער מאַמע פֿאַר
הינט..."