באַקענט זיך מיט אונדז!

באַקענט זיך מיט אונדז!

טײַערע ליבהאָבערס פֿון מאַמע-לשון: יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש איז אַ ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע אין ניו-יאָרק וואָס שטיצט ייִדיש-רעדערס איבער גאָר דער וועלט. בײַ אונדז איז דער עיקר, מע זאָל רעדן ייִדיש אין דער היים און אויף דער גאַס. מיר האָבן צוויי אופֿנים זיך צו דערוויסן פֿון אונדזערע אונטערנעמונגען און שטרעבונגען: אונדזער וועבזײַטל (www.yugntruf.org) און אונדזער בליצפּאָסט-רשימה (שיקט אַ ליידיק בליצבריוול [email protected]). כאָטש די אויבנדיקע מקורים זײַנען בחינם, אויב מע צאָלט מיטגלידגעלט (נאָר 10 אַמעריקאַנער דאָלאַר פֿאַר סטודענטן אומעטום, 25 דאָלאַר פֿאַר ניט-סטודענטן) באַקומט מען אונדזער זשורנאַל, וואָס איז אַ יחיד-במינו אין דער ייִדיש-וועלט. זײַט מיט אונדז! יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש [email protected] 787-6675 (212) 1+
 
למעלה