בבקשה. תרגום איגרת כרך יח ו'תתה-עזרה
ו'תתה
ב"ה, י"א ניסן, ה'תשי"ט
ברוקלין, נ.י.
צו אחינו בני ישראל
בכל אתר ואתר
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דערנעענטערנדיק זיך צום יום-טוב פון אונזער באפרייאונג, חג המצות, זמן חירותנו, שיק איך מיין ברכה צו אידן אומעטום, אז דער יום-טוב זאל אריינבריינגען אין טאג-טעגלעכען לעבען פון יעדען איינעם און איינער, אן אמת'ע און פולע באפרייאונג פון אלע זארג און שטערונגען, מאטעריעלע און גייסטיקע, און דערהויבען זיך צום אינערלעכען אינהאלט פון יציאת-מצרים, אלס אריינפיר צו קבלת-התורה, פארווירקלעכען דעם ג-טלעכען צוזאג: בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה (ארויספירענדיק דאס פאלק פון מצרים, וועט איר דינען ג-ט אויף דעם בארג - סיני).
* * *
ענינים פון תורה און מצוות זיינען, זעלבסטפארשטענדליך, - ווי דער אויבערשטער וואס האט זיי אונז געגעבען - אומענדלעך און אייביק. אזוי אויך זייערע אנווייזונגען, וואס מען קען און מען דארף לערנען פון תורה און מצות - זיינען גילטיק אין אלע צייטן און אלע לענדער. ובפרט - אזא מצוה און אן ענין כללי ווי דער יום-טוב פסח - יציאת מצרים, וואס מען דארף עס דערמאנען יעדען טאג.
איינע פון די אנווייזונגען פון דעם יום-טוב פסח איז - אז א איד האט די כחות און קען בפועל אין א קורצע צייט, אין א וויילע - איבערשטעלען זיך - מן הקצה אל הקצה (פון איין עקסטרעם צום דעם ענטגעגענזעצטען).
אין תנ"ך און אין דברי חז"ל ווערט אויספירלעך געשילדערט די ביטערקייט פון גלות-מצרים און די טיפסטע געפאלענקייט פון די אידען אין יענער צייט.
פארשקלאפט אין א לאנד פון וואנעט אפילו איין איינציקער קנעכט האט ניט געקענט אנטלויפען, אונטער דער פולשטענדיקער מאכט פון א פרעה, וואס באדט זיך אין בלוט פון אידישע קינדער. אין גרעסטער ארימקייט און צובראכען פון גזרות און עבודת פרך - אן ארבעט וואס צוברעכט דעם גוף מיט דער נשמה - און אט איז פרעה'ס מאכט געבראכען, עס קומט די באפרייאונג פון דעם גאנצען פאלק, און די באפרייאונג איז - ביד רמה וברכוש גדול (מיט שטאלץ און באגלייט מיט'ן גרעסטען רייכטום).
דאס גלייכען איז די גאולה אין גייסטיגען זין - אויך געווען פון איין עקסטרעם צום אנדערען: אידען זיינען פארזונקען אין מ"ט שערי טומאה, ביז צו דער מדרגה פון עבודה זרה - און אט אנטפלעקט זיך צו זיי דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו, און אין געציילטע וואכען שטייען זיי אלע ביים בארג סיני, אין דער העכסטער מדרגה פון הייליגקייט און נבואה, און דער אויבערשטער רעדט צו יעדען איינעם פון זיי דירעקט, אן קיין פארמיטלונג, אפילו ניט פון משה רבנו - און זאגט: אנכי ה' אלקיך! * * *
די לערע און אנווייזונגען דערפון זיינען:
ווי דער מצב פון א אידען - אלס כלל, אדער אלס פרט - זאל ניט זיין, ווי די לאגע זאל ניט אויסזען לויט דער אפשאצונג פון מענשליכען שכל, דארף א איד יעדען טאג דערמאנען זיך יציאת מצרים - שטרעבען און טאן פאר דער פולשטענדיקער חרות און גאולה, א גאולה, און ביד רמה וברכוש גדול - פון אלערליי פארשקלאפונגען און פון אלע שטערונגען אויפ'ן וועג פון זיין "מצרים" - ביז צום ווערן ממלכת כהנים וגוי קדוש און מקבל זיין די תורה - אלץ "ווי אין די טעג פון דיין ארויסגיין פון לאנד מצרים".
מען טאר זיך ניט אפשטעלען אדער קוויינקלען זיך אין וועג; מען טאר זיך ניט באגענוגענען מיט די ערשטע דערגרייכונגען; מען דארף גיין ווייטער, שטייגען העכער און העכער, ביז מען דערהערט און מען דערפילט דעם אנכי ה' אלקיך.
* * *
די דאזיקע אנווייזונגען זיינען ספעציעל וויכטיק און צייטמעסיק אין אונזער צייט, ווען עס מערקט זיך א באוועגונג, ניט נאר פון יחידים נאר אויך פון גאנצע גרופן און שיכטען, צו באפרייען זיך פון גייסטיקער פארשקלאפונג, און צו גיין אויפ'ן וועג פון אמת'ער חירות - פולשטענדיגע באפרייאונג פון דעם שרעק "וואס וועט זאגען דער גוי",
דער גוי אין פשוט'ן זין פון ווארט, די גוי'עשע רייד פון א פארבלאנדזעטען אידן, און דער גוי וואס בא זיך אליין - דער יצר הרע.
צו זיי איז דער רוף פון פסח: שטעלט זיך ניט אפ, גייט ווייטער, שטייגט העכער און - ביד רמה.
און דאמאלס איז זיכער, אז איר וועט ארויס לחירות "מיט דער יוגענט און מיט די אלטע, מיט די זין און מיט די טעכטער", ברכוש גדול.
בברכת חג הפסח כשר ושמח, און אז במהרה בימינו, זאל מקויים ווערען דער צוזאג כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות על ידי משיח צדקנו.
מנחם שניאורסאהן