ביכער חברה ביכער

לוו

New member
ביכער חברה ביכער

טייערע חברים אינטרסאנט צי וויסן אויב אנק ליינען נאך ביכער אין די יידישע שפראך ? אדער נאר אין עברית ? האט עטץ המלצות פין אינטרסנטע יידישע ביכער ? אויב יא לייגט´ס עס אראף אוין טיש איך האב ציימגעליינט א וועלט פין יידישע ביכער צב"ש שלום עליכם , מנדלה מוכר ספרים -אב קאהן ,הלל ראגאף אבער בעיקר געשיכטע( היסטוריה ) ביכער ,וואס דאס איז מיין האבי (תחביב ) איז וואס איז מיט ענק ?
 

grinberg

New member
מיר איז נישט אויסגעקומען צו ליינען

טריפה´נע אפיקורס´ישע ביכער אויף יידיש
איך בין פאָרט נישט קיַין אמריקאַנער וואָס ליינט גוט יידיש
 
וואָס איך לייען איצט |בוך|

איך לייען איצט צוויי ביכער בעיקר: 1. "מדרש איציק" – אַ בוך לידער פֿון איציק מנגר, פֿון דאָרטן האָב איך גענומען די מאַטעריאַל אין דעם לעצטן "עונג @ שבת". ממש אַ שיין בוך, נישט קיין שווערן ייִדיש, און מע קען האָבן פֿון אים אַ סך פֿאַרגעניגן. 2. דאָס צווייטע בוך וואָס איך לייען איצט איז "אין די צוקונפֿטשטאָט עדעניאַ", פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר, אונטערגעחתמעט "בן-יעקבֿ". אַ בוך פֿון מיט אָטאָפּיע און פֿאַנטאַזיע וואָס איז געשריבן געוואָרן אין 1918, און יענע צײַטן איז אַזאַ בוך געווען אַ גרויסן חידוש. דאָס בוך איז גאַנץ אינטערעסאַנט.
 
למעלה