בקשר צו דעם מפגש הפורום

בקשר צו דעם מפגש הפורום

איך האב גיזעהן אז מע וויל מאכן א מפגש פורום און איך האב דא א גרויסע קושיא אזוי ווי מיין חבר פון ישיבה האט באצייכנט רוב מענטשן וואס רעדן אידיש זיינען פון דעם פרומער ציבור אדער אזעלכע וואס זענען חוזרים בשאלה . איז אויב אזוי ווער וועט קומען צו דעם מפגש פרומע ממש ? זיי שעמען זיך מיט דעם וואס זיי זיינען גולש אין אינטרנט און אויב יוצאים בשאלה איז דאך שוין דא א מפגש פון פורום יוצאים בשאלה. גיט א עצה ווי קען מען מאכן אז איינער אזוי ווי מיר למשל וואס איך בין נאך א פרומער (לעת עתה) ווי וועל איך קענען קומען צו אזא סארטו מפגש ? הבו עצה הלום ???
 
איך בין אזוי אופגערעגט

איך האב געשריבן א גאנצע רעאקציע אין ס´איז געגאנגען קאפוט. שוין, היינט ביי נאכט וועל איך דיר שרייבן באריכות. זיי געזונט
 
איך האב פאר אים אן עיצה!

אזוי וי יענער חוסיד, וואס האט זיך געשעמט בעטען תשובה בא זיין רעבע, איז ער אריין צום רעבען און געזאגט, אז זיין חבר שעמט זיך קומען אליין און האט אים געשיקט וועגען זיינע עבירות. קוקט אויף אים דיר רעבע און שמייכעלט, "דיין חבר קען קומען אליין און זאגן אז דאס איז פאר אימעצער אנדערש" ולקוראים המתקשים ביידיש, אבל רוצים ליהנות: כמו אותו חסיד שהתבייש לבקש תשובה מרבו, אז הוא נכנס לרבי ואמר שהוא בא בשם חבר שמתבייש לבוא בעצמו, ושלח אותו לבקש על העבירות שלו. חייך הרבי ואמר, "חברך יכול היה לבוא בעצמו ולהגיד שזה עבור מישהוא אחר"
 
וועגן דעם באגעגעניש

פון אונדזער פאָרום קען איך דיר גאָרניט זאָגן, אָבער צו די באַגעגענישן פון פאָרום יוצאים בשאלה איך מיין אַז דו וועסט קענען קומען מיט אַ רוהיקן האַרץ
.
 
און נאָך אַ זאַך צו יידישיסט´ן

איך מיין ניט אַז דער ווערטליכער איבערזעצונג פונעם וואָרט "תגובה" וועט זיך קענען זיַין באנוצט אין אַזאַ קאָנטעקסט. עס הערט זיך ניט גוט. ביַי אונדז מע איז נוהג דאָס צו רופן א קאלק
...
 

grinberg

New member
ביז ס´וועט זיי א ´מפגש´ וועסטו שוין

זיך אומקערן צו אונזערע אבות (פאַר אברהם) ווי אַזוי זאָגט מען ´מפגש´ אין יִידיש? צונויפקונג, צוזאַמענלונג, קומזיץ, פערזאַמלונג, צוזאַמקונג און נאך... ווי?
 
טייערער ברודער, הַסכּת ושמַע

ברוכים-הבאים צום פֿאָרום, איך געדענק נישט אויב דו האָסט אַ מאָל געשריבן דאָ... עטלעכע זאַכן שטייען מיר אויפֿן שפּיץ צונג: ערשטנס, "לעת עתה", פששש דאָס איז עפּעס נײַעס, ניין ? צווייטנס, דו שעמסט זיך אַז דו גליטשט אין די אינטערנעט, מע קען שוין מיינען אַז דו האָסט עמעצן באַגנבֿעט צו וואָס, סך-הכּל אַרײַן אין אינטערנעט, און אפֿשר צו לערנען עפּעס אַ דבֿר-תּורה.... איך ווייס ?! דריטנס, אונדז וועלן זיך טאַקע אײַנאָרדענען צו אַ "באַגעגעניש", אָבער ס´איז האָפֿן פֿאַר אַלעמען, יעדער איינער איז אײַנגעלאַדנט, צום באַדויערן וועסטו נישט קענען זײַן זיכער אַז קיינער וועט דיר נישט דערקענען און מסרן איך ווייס נישט וועמען... דער גאַנצער עניין מאַכט מיר משוגע, אַלע זענען אין אינטערנעט אין מע שרײַט חי-וקיים אַז ס´איז עבֿודה-זרה בלה בלה... פערטנס, ביסט אײַנגעלאַדנט אין דעם אַנדערן פֿאָרום וואָס דו האָסט אויבן דערמאָנט. דאָרטן קענסטו זײַן זיכער אַז מע וועט דיר נישט אָנטאָן צרות... זײַ מיר געזונט.
 

fanti

New member
מאך זיך פארטאמת און טראכט ../images/Emo151.gif

אז סאיז שוי פורים געקומן ... טו און אפעס אה תחפושת , און ........... צום ועג ד"א ,,,,, איך בין נישט קיין פרומע קיין מול ניש געוון פרום אזי אז איך קען ניש זיין אה יוצאת בשאלה און אוודע נישט חוזרת בתשובה ופלא פלאים איך רעייד אידיש .... (זה בתגובה להערה שלך לגבי דוברי האידיש)
 
למעלה