א בוים
א הויכער בוים, א שיינער בוים, א שטארקער בוים כאָטש מע האָט א האלבע וועלט מיט מייַן בלוט פארגאָסן הונדערט מאָל געהרגעט מיך און טויזנט מאָל געשאָסן דאָך האָט ניט גענומען מיך קיין פייַער און קיין שווערד און אָט-אָ, ווי איר זעט מיך וואקס איך אויף דער ערד א הויכער בוים א שיינער בוים א שטארקער בוים כאָטש מע האָט צעהאקט בייַ מיר אויף שפענדעלעך די צווייַגן פארברענט זיי אויפן ווינט, עס זאל קיין זשמעניע אש ניט בלייַבן צוויטשערן מיר הייַנט פייגעלעך גוטמאָרגן אינדערפרי און אָט-אָ, ווי איר זעט מיך לעב איך און איך בלי א הויכער בוים א שיינער בוים א שטארקער בוים כאָטש מען האָט ניט איין מאָל שוין די הויט פון מיר געשונדן דעם מארך פון מיא ארויסגעזויגן געלאָזט אין הוילע ווונדן נאָר אויסקאָרטשען די וואָרצלען מיר האָט קיינער ניט געקענט און אָט-אָ, ווי איר זעט מיך לעב איך אויף דער וועלט א הויכער בוים א שיינער בוים א שטארקער בוים