האוסף הראשון של קללות הוא של שלום עליכם
בספרו האטוביוגרפי פֿונעם יאַריד בפרק מענה־לשון פֿון אַ שטיף־מאַמע
מיטן אָנקוק. אַ ייִדענע אַ בכבודע, ניט קײן נאַרישע, און דער עיקר – אַ ליבלעכע, אַ צוגעלאָזטע, אַ גוטע, אַ מענטש אָן אַ גאַל! הײַנט װאָס האָבן זײ דאָ געפּילדערט, געמאַכט אָנשטעלן – ״שטיפֿמאַמע״?..
ערשט העט־שפּעטער, אין אַ װאָך אַרום אָדער אין צװײ, האָט זיך די שטיפֿמאַמע אַרױסגעװיזן מיט איר היציקן טעמפּעראַמענט און קודם־כל אַרױס מיט איר שפּראַך, מיט איר אמת באַרדיטשעװער שטיפֿמאַמע־לשון, אַ שפּראַך אַ גלאַטע, אַ רײַכע, אַ בלומענדיקע. אױף איטלעכס װאָרט אַ קללה, און צום גראַם, און דװקא אין גוטן מוט. למשל: עסן – עסן זאָלן דיך װערעם! טרינקען – טרינקען זאָלן דיך פּיאַװקעס! שרײַען – שרײַען זאָלסטו אױף די צײן! פֿאַרנײען – נײען זאָל מען אײַך תּכריכים! גײן – גײן זאָלסטו אין דער ערד! שטײן – שטײן זאָלסטו פּראַװצעס! זיצן – זיצן זאָלט איר אין געהאַקטע װוּנדן! ליגן – ליגן זאָלט איר אין דער ערד! רײדן – רײדן זאָלט איר פֿון היץ! שװײַגן – אַנטשװיגן זאָלט איר װערן אױף אײביק! זאָגן – געזאָגט זאָל אײַך װערן אַלדאָסבײז! האָבן – האָבן זאָלסטו מכות־בכורות! ניט האָבן – ניט האָבן זאָלסטו קײן גוטס װײַל דו לעבסט! טראָגן – טראָגן זאָל דיך דער רוח אױף די פּלײצעס! אַרײַנטראָגן – אַרײַנטראָגן זאָל מען דיך אַ קראַנקן! אַרױסטראָגן – אַרױסטראָגן זאָל מען דיך אַ טױטן! אַרומטראָגן – אַרומטראָגן זאָל מען דיך אױף די הענט! אַװעקטראָגן – אַװעקטראָגן זאָל מען דיך אױפֿן בית־עולם! צי, אַשטײגער, למשל, נעמט אַזאַ אומשולדיק װאָרט, װי שרײַבן? איז שרײַבן זאָל מען דיר רעצעפּטן! פֿאַרשרײַבן – פֿאַרשריבן זאָלסטו װערן צום טױט! אָפּשרײַבן – אָפּשרײַבן זאָל מען דיך פֿון קדחת! אַרײַנשרײַבן – אַ מעשוגענעם אױסמעקן און דיך אַרײַנשרײַבן!.. און אַמאָל איז זי געװען אופֿגעלײגט און אַ װאָרט האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט איר אין מױל אַרײַן – האָט זיך עס געדרײט און געפֿלאָכטן און געגאָסן זיך און געצױגן זיך, װי אַ גוטער בױמל, גאָר אָן אַן אָפּשטעל, און אין אײן אָטעם, װי באַ אַ גוטן חזן די עשׂרת בני המן׃ ״ס׳זאָל דיך אָנכאַפּן, רבונו של עולם, אַ שטעכעניש און אַ ברעכעניש, אַ רײַסעניש און אַ בײַסעניש, אַ טריקעניש, אַ פֿאַרטריקעניש, אַן אױסטריקעניש, אַן אײַנטריקעניש, אַ דאַרעניש, אַ פֿאַרדאַרעניש, אַן אײנדאַרעניש, אַ שרימפּעניש, אַן אײַנשרימפּעניש, ליבער גאָט! האַרציקער פֿאָטער, געטרײַער!״...
דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביִאָגראַפֿיע איז זיך מודה, אַז אַ היפּש ביסל קללות און שלאָגװערטער אין זײַנע שפּעטערדיקע װערק
211
האָט ער גענאַשט פֿון דער שטיפֿמאַמע און פֿון איר מענה־לשון. נאָך גאָר־גאָר אין די יונגע יאָרן, ער האָט נאָך גאָר ניט געװוּסט, װאָס שרײַבן באַטײַט, און האָט נאָך גאָר אַפֿילו ניט געחלומט, אַז ער װעט אַמאָל זײַן אַ שרײַבער, האָט זיך אים, אַלס קוריאָז, פֿאַרװאָלט פֿאַרשרײַבן אַלע קללות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט פֿון זײַן שטיפֿמאַמע, צונױפֿזאַמלען זײ אינײנעם, מאַכן אַ מין װערטערביכל. האָט ער זיך ניט געפֿױלט, געזאַמלט און געזאַמלט, און אַז ער האָט זײ אָנגעזאַמלט אַ היפּש ביסל, האָט ער זײ גענומען סאָרטירן נאָכן אַלעפֿבײז, אָפּגעשװיצט אַ פּאָר גוטע נעכט און צונױפֿגעשטעלט אַ גאַנץ פֿײַנעם לעקסיקאָן, על פי אַלעפֿבײז, װעלכער עס װערט דאָ געגעבן נאָר אַפֿן זיכרון׃
א* – אבֿיון, אומגליק, אידיאָט, אײַזל, אײַנגעגעסענע בריִע, אָפּגעריסענער נאַר, אשמדי.
ב– באָלװאַן, באָדיונג, באַטלען, בײַטלשנײַדער, בלינדער־האָץ, בעדער, בעזעם, בעטלער, בערנטרײַבער, באַלעגאָלע, באַשעפֿעניש.
ג – גױ, גולם, גאַדלען, גזלן, גנבֿ, געשלײערטע האַנזי.
ד – דאָנאָשטשיק, דבֿר־אחר, דלות, דערקאַטש.
ה – האָלעדראַנצעס, האָצמאַך, האָצעקלאָץ, הולטײַ, הינטשלעגער, הינקעדיקער שנײַדער, המן, הפֿקר־יונג.
װ – װאַנץ, װיסטע קאַליקע, װעװריק, װערעמיקער, װײצידקאָסכאָ.
ז – זאַיִקע, זאַק פּאָלאָװע, זױערע קיסליצע, זומערפֿױגל, זױפֿער, זיצפֿלײש.
ח* – כאַליפֿוסניק, כאַפּער, חוזק, חזיר, חיים־יאַנקל, חכם בלילה, כאָליערע.
ט – טאָטער, טאָרבע, טױגעניכטס, טיפּש, טערקישער פֿעפֿער, טרײפֿע קישקע.
י – יאַטקעהונט, יונגאַטש, יורקע, יימח־שמוניק, יַם־קאָטער.
כ* – כזבֿן, כלבױניק, כלבֿ־שבכלבֿים.
ל – לאָבוס, לאַבאַזניק, לאָדער, לא־יוצלח, לאַמטערנשיסער, ליגנער, לאַמעדװאָװניק, לײדיקגײער.
מ – מאַלפּע, מאַמעטליװע בחור, מאָנדריש, מַגיד, מלמד, משומד.
* די אַלע װערטער, װאָס זײַנען דאָ געגעבן נאָך די אױסיִעס ״א״, ״ח״, ״כ״, ״ע״, ״ת״ און הײבן זיך אָן ניט מיט די דאָזיקע אױסיִעס, פֿלעגן לױט דער אַלטער אָרטאָגראַפֿיע זיך אָנהײבן מיט די געגעבענע אױסיִעס. רעד.
212
נ – נאַריש פנים, נאַפּודעלע, נאַש