גוט מאָרגן

גוט מאָרגן ../images/Emo99.gif

צי ווייסט איר ווען זאָגט מען "גוט מאָרגן" און ווען "אַ גוטן טאָג?
 
"גוט מארגן" - "א גוטן טאג"

אין דער אמתן, ווען מע טראכט גוט אריין טרעפט מען טאקע אויס אז קיינער אגט נישט ביים אנקומען אין דער פרי ביי דער ארבעט "א גוטן טאג". מע זאגט נאר "גוט-מארגן". דאס הייסט אז "גוט-מארגן" זאגט מען ווען מע באגעגנט זיך אין דער פרי, און ווען מע צעשיידט זיך זאגט מען "א גוטן טאג". גאטליב איז טאקע גערעכט. דער פונקטלעכער גרענעץ פון צווישן "א גוטן טאג" און ווייטער, צי ס´איז 12 א זייגער מיטאג צי שפעטער, ווייס איך נישט. איך מיין אז ס´האט צו טאן מיטן געפיל. ווען מע שפירט אז דער טאג אין שוין נישט א "מארגן" זאגט מען שוין נישט גוט מארגן. די זעלבע מעשה ווי מיטן "גוט-מארגן" איז אויך מיטן "גוטן-אוונט". ווען מע באגעגנט זיך אין דעם אוונט זאגט מען "(א) גוטן(-)אוונט" און מע צעשיידט זיך זאגט מען "א גוטע נאכט". אין דער גאנצער עניין האט א פשוטע סיבה. "מארגן" איז כראנאלאגיש פארן "טאג" (וואס נעמט אריין אין כלל דעם גאנצן טאג), "אוונט" איז אויך כראנאלאגיש פארן "נאכט" (וואס באטייט אויך די גאנצע נאכט). און פארשטייט זיך אז קודם טרעפן זיך צוויי מענטשן און דערנאך צעשפרייטן זיי זיך, דעריבער זאגט מען אויך די געווינטשן לויטן סדר היום.
 
בפועל.

"א גוט מארגן." זה בוקר טוב. אבל "מארגן" זה מחר. מה פתאם בוקר ? ווי אזוי קומט די קאץ איבערן וואסער ? בוקר זה "פרי מארגן" . הנכון לומר "א גוטן פרימארגן." אבל בשימוש היום יומי, אומרים הרבה דברים לא מדוייקים. ולעניין ה"מארגן" מחר. שהרי היממה היהודית מחולקת לשעות היום והלילה. לפיכך, היו אבותינו, אשר קמו לתפילת "שחרית" באשמורת בוקר, כאשר עדיין חשיכה בחוץ. מברכים, "א גוט מארגן" לקראת היום הקרב.
 

מענדעלע

New member
אני משער שבמקור "מארגן" הוא בוקר

להערכתי, במקור "מארגן" היה בוקר. כשהתייחדה לו משמעות של "מחר" (כמו שבעברית למלה "אמש", שפירושה "לילה", התייחדה משמעות של "אתמול בלילה"), הוסיפו את הקידומת "פרי" כשהמשמעות היתה בוקר, אבל הברכה "גוט מארגן" לא השתנתה.
 
אַ טריט ווײַטער

מע דאַרף טאַקע אויספֿאָרשן די קומענדיקע נקודות: 1. פון ווען האָט מען אָנגעהויבן נוצן דעם טערמין "גוט-מאָרגן". 2. צי ניצט מען דעם טערמין אין אַלע לענדער וווּ ייִדן האָבן געוווינט? 3. וואָס איז דער דײַטשישער אַקוויוואַלענט צום ייִדישן "גוט-מאָרגן". 4. וואָס איז דער פֿונקטלעכער באַטײַט פֿוּן דאָס וואָרט "מאָרגן" אין "מיטל-הויך-דויטש".
 

מנקלה

New member
מיין טאטע ז"ל איז געוועזן א גרויסע

ציניקאן (אזו זאגט מען אויף יידיש?), און ווען האט עמעץ געזאגט עפעסנישט לאט זיין לאגיק, האט ער געזאגט "אזוי?!" "גיט מארגן!!" אדער "גיט מארגן קאזע!!" איך פארשטיי די "מוזיק" ארינטער "אזוי?!" ("ככה?! מה פתאום!") און ארינטער "גיט מארגן!" ("בטח! מחר בבוקר!") אבער וואס טיט דא די קאזע?
 
צוריק, גייט א קאזע.

בעברית "שכח מזה" לא לעניין. "גוט מארגן" דיר, "בוקר טוב אליהו" התעוררת ?
 
א גוט העלפט

אין ישראל האב איך דאס קיינמאל ניט גיהערט, אבער אין אמעריקע - בפרט אויפן אידישען רדיו - הערט מען דאס שטענדיג, אז מיטאג צייט זאגט מען "א גוטען העלפט אייך" און ניט א גוט מארגען.
 

קעצעלע

New member
און אויך...../images/Emo108.gif

"אַ גוטן אויפֿשטאַנד". איר קענט דאָס? כאָטש איך מיין מע האָט דאָס נישט געניצט אין ישׂראל, נאָר אין אייראָפּע.
 
למעלה