גיט א קוק אריין
אין דעם יידישן בלאג (BLOG), אינגאנצן אויף יידיש געשריבן פון איינעם וואס רופט זיך "קטלא קניא". כדי זיך צו באקענען מיט דעם בלאג גייט אריין און טוט א קוק אויף: http://www.israblog.co.il/blogread.asp?blog=1782 ער שרייבט געווינטלעך אויף א גאנץ פיינעם חרדישן [=כאריידישן] יידיש. כאטש דא און דארט איז צומאל קשה אים צו פארשטיין (זיין אידיש, הייסט עס) האט דער מחבר בפירוש א פיינעם חוש וויאזוי זיך אויסצודריקן אויף מאמע-לשון און ער שרייבט גאנץ אינטערעסאנט וועגן זיינע דערפשרונגען און דעראינערונגען. זייט מוחל וואס איך דריי אייך אלעמען דעם קאפ, טאמער האט איר שוין ארומגערעדט דעם דאזיקן בלאג אויף אונדזער פארום און מיין ווייניקייט האט עס לא-עליכם פארפעלט... מיט ווארעמע גרוסן, אייער, קערבאלע