די אַראַבישע אוניווערסיטעט ../images/Emo6.gif
אין די טעג פֿון בין-הזמנים קומען צו גיין אַ סך פֿרומע יונגעלײַט אין ירושלימער אוניווערסיטעט, זיי זוכן ביכער און ספֿרים, און דער עיקר – זיי ווייסן נישט ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט די קאַטאַלאָגן אין די קאָמפּיוטערס, אפֿילו פֿאַר סטודענדן איז שווער צו דורכגיין די זוכענישן אין די קאָמפּיוטערס אין אוניווערסיטעט. הקיצער (מ´טאָר נישט זאָגן אַזוי בדרך-כּלל), דער עניין איז נאָך מער קאָמפּליצירט ווען עס קומט צו די פּאַפּירענע קאַרטלעך, די אָנגעשריבענע מיט די פּרטים פֿון די ביכער. די שיפֿלאָדן האָבן אַ פּונקטלעכן סדר און מע קען זיי פֿאַרשטיין אויב מע גיט אַ פֿרעג די ביבליוטעקערינס ("ספרניות"). אָבער ס´זענען דאָ פֿרומע וואָס ווייסן נישט דעם סוד און מיינען אַז ס´איז נישטאָ קיין סדר אין די קאַרטלעך, וואָס טוען זיי ? אָט אַזוי זע איך דרײַ וואָכן צוריק צוויי יונגעלײַט עפֿענען אַזוי סתּם די שיפֿלאָדן פֿון די קאַרטלעך, און ווען זיי זעען דאָרטן אַראַבישע אותיות, ווערן זיי אַזוי צעשוידערט, און איינער זאָגט צום צווייטן: "לאָז זיי אָפּ, ס´אַראַבישע אוניווערסיטעט, אַראַבערס...." בדידי הווה עובדא.