שלום בערגער
New member
די געטיסבורגער רעדע
[אויב עס גייט וועמען אָן אַז מאָרגן פֿאַלט אויס דער געבוירן-טאָג פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענט אייבראַהאַם לינקאָלן, וועט מען זיך אפֿשר פֿאַראינטערעסירן מיט מײַן איבערזעצונג פֿון זײַן „געטיסבורגער רעדע“.] אַ רעדע געהאַלטן אויף דער דעדיקאַציע פֿון דעם געטיסבורגער בית־עולם צוריק מיט זיבן און אַכציק יאָר האָבן אונדזערע אָבֿות אַרויסגעבראַכט אויף דעם קאָנטינענט אַ נײַ לאַנד וואָס איז געבוירן געוואָרן אין פֿרײַהייט און אָפּגעגעבן דעם עיקר, אַז אַלע מענטשן זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן גלײַך. הײַנט פֿאַרנעמען מיר זיך מיט אַ גרויסער בירגערקריג, וואָס דאַרף פּרוּוון צי דאָס לאַנד, צי וועלכעס ס´איז לאַנד וואָס איז אויף אַזאַ אופֿן אַרויסגעבראַכט און געבוירן געוואָרן, וועט לאַנג אויסהאַלטן. מיר קומען זיך צונויף אויף אַ גרויסן שלאַכטפֿעלד פֿון דער מלחמה. מיר זײַנען געקומען אָפּצוגעבן אַ חלק פֿון דעם פֿעלד ווי אַ לעצטער רופּלאַץ די, וואָס האָבן געגעבן זייער לעבן כּדי דאָס לאַנד זאָל ווײַטער לעבן. ס´איז אין גאַנצן רעכט און פּאַסיק, מיר זאָלן דאָס טאָן. נאָר אין אַ ברייטערן זינען קענען מיר ניט אָפּגעבן – מיר קענען ניט פֿאַרהייליקן, מיר קענען ניט מקדש זײַן – דעם באָדן. די מוטיקע מענטשן וואָס האָבן דאָ געקעמפֿט האָבן אים פֿאַרהייליקט ווײַט איבער אונדזער אָרעמע כּוחות צוצוגעבן אָדער צוצונעמען. די וועלט וועט קוים מערקן און ניט לאַנג געדעקנען וואָס מיר זאָגן דאָ, נאָר זי וועט קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן וואָס זיי האָבן דאָ אויפֿגעטאָן. גיכער דאַרפֿן מיר אַליין די לעבעדיקע זיך אָפּגעבן דער ניט פֿאַרטיקער אַרבעט וואָס די וואָס האָבן דאָ געקעמפֿט האָבן אַזוי ערלעך דערפֿירט ביז אַהער. גיכער דאַרפֿן מיר אַליין זיך אָפּגעבן דער גרויסע עובֿדה וואָס שטייט נאָך פֿאַר אונדז – כּדי בײַ די בכּבֿודיקע טויטע זאָלן מיר שעפּן נאָך אַ גרעסערע מאָס מסירות־נפֿש דעם ציל, וואָס זיי האָבן זיך מיט דער פֿולער מאָס אים מוסר־נפֿש געווען – כּדי מיר זאָלן דאָ אָננעמען אַ החלטה אַז די טויטע זאָלן ניט האָבן אומזיסט געשטאָרבן – כּדי דאָס לאַנד, מיט גאָטס הילף, זאָל אויף ס´נײַ געבוירן ווערן אין פֿרײַהייט – כּדי די רעגירונג פֿון דעם פֿאָלק, דורך דעם פֿאָלק, פֿאַר דעם פֿאָלק, זאָל ניט פֿאַרגיין פֿון דער ערד. אייבראַהאַם לינקאָלן. דעם 19טן נאָוועמבער 1863. ייִדיש: ש. בערגער