דריטער טייל
די איינציגע אמת’ע סיבה צו דער וואקסנדער און עקשנות’דיגער אפאזיציע צו דער מלחמה מיט איראק, איז אן אייפערזיכטיגע אומפארגינערישקייט מצד דעם רוב מערב-וועלט לענדער כלפי אמעריקע, אין שפיץ פון פראנקרייך און דייטשלאנד. אט-די אומפארגינערישקייט האט אנגעברענגט דעם נאציאנאליסטישן גייסט וואס האט זיך גענומען בלאזן אין די באטרעפנדע לענדער. דער נאציאנאליזם קומט צום אויסדרוק אין בכלל אנטי-אמעריקאנער ווינטן וועלכע בוזשעווען דארט. א טאג נאך דעם טראגישן סעפטעמבער 11 פון פאראיאר, האט א בארימטער פראנצויזישער קאלומניסט אנגעשריבן אן ארטיקל וועלכן ער האט טיטלירט, ’מיר זענען אלע אמעריקאנער.’ מיט עטליכע חדשים צוריק, ווען די אנטי-אמעריקאנער סענטימענטן האבן זיך גענומען דארט שפירן, האט ער געשריבן אן ארטיקל מיט א קעפל, ’מיר זענען אמעריקאנער, אבער נישט יעדן טאג.’ אין יענעם ארטיקל האט ער אראפגעריסן אמעריקע פאר איר ’אגרעסיע’ אין דער מלחמה קעגן טעראר. אין דעם זין וואלט יענער מסתמא יעצט געשריבן אן ארטיקל רופנדיג די וועלט זיך צו באפרייען פון דעם ’אמעריקאנעם יאך’, און דאס קעפל וואלט זיך געלייענט, ’מיר זענען אלע איראקער...’ און ס’איז נישט קיין צופאל, אז די אנטי-אמעריקאנער ווינטן האבן זיך גענומען שפירן דווקא נאך סעפטעמבער 11. עס דערציילט נאר, אז די-דאזיגע לענדער, וועלכע האבן צו פארדאנקען בלויז אמעריקע זייער פרייהייט און הויכן שטאנד, האבן זיך שוין לאנג פריער ארומגעטראגן מיט קנאה-געדאנקען. נאר דעמאלט, אין דער מינוט פון אמעריקאנער שוואכקייט, האבן זיי עס אנגעהויבן ארויסגעבן. דער פאקט וואס נאך די אטאקעס אויף די צווילינג-בנינים און פענטאגאן האט אמעריקע - מיט רעכט - ווידער גענומען שפילן די ראלע פון ’וועלטס-פאליסמאן’, האט אויך זיכער צוגעגאסן זאלץ אויף זייערע קנאה-וואונדן. אז מען גיט א בליק אויף צוריק, זעט מען אז די אויפפירונג פון אט-די לענדער כלפי אמעריקע איז נישט בלויז אומ-בארעכטיגט און אראגאנט, נאר רשעות’דיג און חוצפה’דיג. נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז פראנקרייך, ווי גאנץ אייראפע, געלעגן אין חורבות. אלץ איז דארט געווען פארוויסט. ווער רעדט נאך פון דייטשלאנד. זי איז דאך געווען חרוב ונחרב, אויסגעשפיגן און אפגעפרעגט ביי דער גאנצער וועלט. עס האט קיינער נישט געוואלט קוקן אויף איר זייט און זי איז געזעצן אינדרויסן פארשעמט און פאר-אכטעט, אן קיינעמ’ס סימפאטיע. דאן איז צושטאנד געקומען דער ’מארשאל פלאן’, לויט וועלכן אמעריקע האט זיך אונטערגענומען צוריק אויפצובויען אייראפע, אריינגערעכנט דייטשלאנד. במשך די פאלגנדע יארן האט אמעריקע געגעבן ביליאנען דאלארן צו די אייראפעאישע לענדער, און זיי געשטעלט אויף די פיס. אמעריקע האט דעמאלט אויך צונויפגעפירט די אייראפעאישע לענדער, און זיי געהאלפן עטאבלירן קעגנזייטיגער פארשטענדעניש פון איינעם צום צווייטן. אט-דאס און בלויז דאס האט צוריק אויפגעבויט די חרוב-געווארענע אייראפע. פראנקרייך וואלט יעצט געווען א דריטע-וועלט לאנד און דייטשלאנד וואלט קיינמאל נישט אויסגעוואקסן צו זיין איינס פון די שטארקסטע לענדער אין דער וועלט אן דער אמעריקאנער הילף פון דעמאלט. און נישט נאר דאס - אן דעם אמעריקאנער מארשאל-פלאן וואלט קיינמאל נישט געשען אזא זאך ווי א פאראייניגטע אייראפע. די היסטאריע פון אייראפע במשך אלע צייטן ביז דאן איז געווען מלחמות און בלוט-פארגיסונגען. קיינמאל פריער האבן זיך די לענדער פון אייראפעאישן קאנטינענט אזוי ברידערליך צונויפ-געשמועסט און זיך איינפארשטאנען אין יעדן הינזיכט. בלויז אדאנק די פארברידערונג וואס אמעריקע האט זיי געשאפן און דער עקאנאמישער און סאציאלער פרייהייט וואס אמעריקע האט זיי געגעבן, קענען זיי זיך יעצט עפענען דאס מויל צו שאנטאזשירן די אמעריקאנער פרואוון צו באזייטיגן פון דער וועלט א שרעקליכע געפאר וואס באדרעאט אייראפע נישט ווייניגער ווי אמעריקע. וויאזוי רופט מען אזא דערשיינונג: אבסורדאל? היפאקריטסווע? פאראדאק-סאל? אבער ניין; דאס אלץ דערציילט נאכנישט די גאנצע טרויעריגע ווירקליכקייט. די אמת’דיגע באצייכענונג דערפאר איז, רשעות’דיגע גאווה און חוצפה’דיגע אראגאנץ. און אז מען רעכנט צוזאמען די-דאזיגע צוויי פאקטארן, קען מען סומירן א סך הכל פון - פוסטן נאציאנאליזם. *