האט א ייד א ווייבעלע

shatooly

New member
האט א ייד א ווייבעלע

האם משהו מכיר את השיר: האט א ייד א ווייבעלע? עשמח למילים.
 

ז ק ו

New member
האט אייד אווייבעלע האט ער פון איר צרות

האט ער נישט קיין וויבעלע טויג ער אויף כפרות.
גייט זי אין מארק קויפן עייער פאלירט זי דאס שלייער
...
 

shatooly

New member
המילים לשיר

זקו שלום
האם אתה יודע את כל המילים לשיר:
תודה
 
האט א ייד א ווייבעלע

...
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע.
מלים ומנגינה: מוריס גולדשטיין.
שרה: טובה בן-צבי.

פֿון מאָנטיק אין דער פֿרי,
ביז פֿרײַטיק בײַ נאַכט.
מײַן ווײַב ציפקע- טריינע,
האָט דעם קוגל געמאַכט.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע ,
האָט ער פֿון איר צרות.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
טויג זי אויף כּפּרות.

ווי ס'איז געקומען,
שבּת צום עסן.
האָט זי דעם קוגל,
אין אוֹיוון פֿאַרגעסן.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע....

האָט ער גענומען,
דעם גראָבן שטעקן.
און האָט אָנגעהויבן,
דאָס ווײַבל צום דעקן.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע ,
האָט ער פֿון איר צרות.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
טויג זי אויף כּפּרות.

האָט זי גענומען,
די אַלטע שקראַבעס.
און זי איז אַנטלאָפֿן,
צום טאַטן אויף שבת.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.

האָט ער גענומען,
מיט די שכנים ספעקולירן.
מען זאָל אים זײַן ווײַבל,
ברענגען צו פֿירן.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע ,
האָט ער פֿון איר צרות.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
טויג זי אויף כּפּרות.

האָט ער שוין,
דאָס ווײַבל געבראַכט.
פֿון מאָנטיק אין דער פֿרי,
ביז פֿרײַטיק, בײַ נאַכט.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.

אוי מײַן מאַן זאָלסט,
מיר לעבן,
אויף דער וועלט.
זאָלסט מיר נאָר געבן,
דאס בײַטל מיט געלט.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט ער פֿון איר צרות.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
טויג זי אויף כּפּרות.

רעפֿריין:
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.
האָט אַ ײִד אַ ווײַבעלע,
האָט אַ ווײַב אַ ײִדעלע.
 
למעלה