כאטש אז איך בין געווען זייער צופרידן
אז מען האט ענדלעך פרובירט און געטאן דאס נאך 23 יאר (און איך האב געקענט אז א יידישע ווערסיע איז געווען כמעט אומפארמיידלעך), האב איך שוין געפונען זאכן וואס איך וואלט האבן פארבעסערט. איך פארשטיי אז די "הארי פאטער" ביכער זענען פון די שווערסטע און מערסט קאמפלעקס צו איבערזעצן, אבער א טייל פון וויסוואנאט'ס באשטימונגען זענען מאדנע צו מיר. "פילאסאפישער שטיין" אנשטאט "וויסן-שטיין" (ווי "אבן החכמים" און "Stein der Weisen")? "הערי" אנשטאט האַרי? דירעקטע איבערזעצונגען פון זאכן וואס גילי בר-הלל האט נאר טראנסקריפטירט? זיי זאלן פארריכטן די טראנסקריפציעס אין קומענדיקע אויסגאבעס (ווי "דורזלי" צו דערזלי, "גרונינגס" צו גראַנינגס, "דאָדלי" צו דאַדלי און נאך, לויט
דער דאזיקער טייל פון קאפיטל איינס). אפשר אז אין די ערשטע איבערזעצונג (איידער די פון וויסוואנאט), די נעמען זענען געשריבן ריכטיק. א חוץ דעם, עס קלינגט ווי ס'איז געווען ווערט צו ווארטן.
יש"כ צו אלעמען וואס האבן באטייליקט אין אזא גרויסער, היסטארישער און כמעט אוממעגלעכער פראיעקט. איך וואונדער זיך אויב דאס מיינט אז מיר זאלן אפשר זעען פערסי דזשעקסאן, מערי פאפינס און נאך אויף יידיש אין די צוקונפט.