העולם החרדי
New member
הנייעס באידיש: יום ה' פרשת נח - ד' חשון תש"ע
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ארה"ק וועלכע וויילט אין די טעג אין ניו יארק, וועט זיך היינט נאכמיטאג צוריק אפליען למעון קדשו אין ארה"ק, דער רבי שליט"א האט היינט באזוכט אין ישיבת מאור התורה בראשות הרב ר' יוסף מייער שליט"א, אויך האט אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן אין די אכסניא כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א (56 סט.), און אויפדערנאכט זיך באטייליגט ביים חתונה פון בן מקרבו הנגיד הרב דוד מרגליות פון לאנדאן. *** הגה"צ רבי ישראל האגער שליט"א מויזניץ וועלכע געפינט זיך אין די טעג אין מאנסי האט געפראוועט נעכטן א לחיים אין בית מדרש ויזניץ (ב"ב) אין מאנסי לרגל די יארצייט פון הרה"ק מרוזין זצוק"ל, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידי ויזניץ, אויף שבת וועט הגה"צ שליט"א וויילן אין מאנסי במחיצת דעם פעטער כ"ק מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א *** הגה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א אב"ד קרית ויזניץ איז נעכטן אנגקומען קיין אויסטראליע ווי דער רב שליט"א וועט וויילן א וואך לטובת מוסדותיו בארה"ק, פון אויסטראליע וועט דער רב שליט"א ממשיך זיין די נסיעה קיין ניו יארק און קאנאדע. *** הגאון רבי אברהם יפה שלעזינגער שליט"א גאב"ד דזעניבע וועלכע וויילט אין די טעג אין ניו יארק האט אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בחדרו אין ביהמ"ד סאטמאר אויף הופער סט. *** היינט פארמיטאג קומט פאר דעם שמחת הברית פאר אן אור אייניקל פון הגה"צ גאב"ד נוה אחיעזר שליט"א אייניקל פאר זיין זוהן הגאון רבי יצחק ישעי ווייס שליט"א ראש בית הוראה נוה אחיעזר, דער שמחת הברית מילה קומט פאר בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א אין רמת ויזניץ חיפה. *** צו מעלדן נייעס און באריכטן פונעם חרדישען וועלט שיקט צו: [email protected]