מיין פייערל
New member
הנייעס: יום ד' פרשת נח - ג' חשון תש"ע
כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אנגעהויבן דעם נייעם זמן צו דינען אלס ראש ישיבה אין די ישיבה גדולה ד'באבוב, און וועט זאגן שיעורים עטליכע מאל א וואך פאר די בחורי הישיבה, נעכטן פארמיטאג האט דער רבי שליט"א שוין פארגעלערנט דעם ערשטן שיעור פאר די תלמידים. *** כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ארה"ק וועלכע איז נעכטן אנגעקומען קיין ניו יארק אויף א קורצען באזוך, האט נעכטן נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך אין תלמוד תורה ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, ווי די קינדער האבן געהאט די זכיה צו באקומען ברכת קדשו, היינט וועט דער רבי שליט"א פארן באזוכן דעם פעטער כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין די קעטסקילס ווי ער געפינט אצינד אויף אפרוה. *** דעם קומעדיגן מאנטאג וועט זיך אנהייבן דער משפט פון צוויי פון די בחורים וועלכע שמאכטן אין יאפאנעזער טורמע, כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג אויפן געריכט וועלכע וועט זיך ציען עטליכע טעג, און אידן וועלן אין די טעג איינרייסן רחמי שמים מרובים פאר די בחורים זאלן זיך שוין באפרייט ווערן. *** הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך ביקור חולים ביי הגאון רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר הביד"צ העדה החרדית וגאב"ד קרית רמ"א בית שמש, וועלכע געפינט אין די טעג אין שפיטאל, גלייכצייטעג בעט מען דעם ציבור מתפלל צו זיין לרפאותו רבי יהושע בן הינדא לאה. *** דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין שפיטאל אין א שווער צושטאנד מרן רבי יצחק יעקב בן חנה פעשא לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל. *** צו מעלדן נייעס און באריכטן פונעם חרדישען וועלט שיקט צו: [email protected]