הערט א מעשה
הערט א מעשה
באַגעגנט האָב אַנומלט איך
אַ מיידל אַן אַנטיק.
אַזוי באַגײַסטערט האָט זי מיך,
מיך אָנגעפֿילט מיט גליק.
מיט בלאָנדע לאַנגע צעפּעלך,
מיט לײַכט געשיקטע טריט,
מיט לײַכטענדיקע אייגעלעך
און קערפּערל וואָס בליט.
אויסגעטאָקט איר נעזעלע
איר מײַלעכל - אַ פּראַכט.
אוי, קלוג אַזוי, אוי, שיין אַזוי...
כ'האָב זי אַהיים געבראַכט.
אַלעמען זי פֿאָרגעשטעלט,
פֿון ערשטן ביז צום לעצט.
נאָר מײַן משפחה האָט דאָס מיידל
גאָר נישט ווי איך געשעצט.
זיי האָבן זיך געקרימט אויף איר,
צעהאַקט איר יעדעס ביינדל.
און ווער אַממיינסטן האָט גערודערט?
מײַן טײַער ווײַבל שיינדל.
הערט א מעשה
באַגעגנט האָב אַנומלט איך
אַ מיידל אַן אַנטיק.
אַזוי באַגײַסטערט האָט זי מיך,
מיך אָנגעפֿילט מיט גליק.
מיט בלאָנדע לאַנגע צעפּעלך,
מיט לײַכט געשיקטע טריט,
מיט לײַכטענדיקע אייגעלעך
און קערפּערל וואָס בליט.
אויסגעטאָקט איר נעזעלע
איר מײַלעכל - אַ פּראַכט.
אוי, קלוג אַזוי, אוי, שיין אַזוי...
כ'האָב זי אַהיים געבראַכט.
אַלעמען זי פֿאָרגעשטעלט,
פֿון ערשטן ביז צום לעצט.
נאָר מײַן משפחה האָט דאָס מיידל
גאָר נישט ווי איך געשעצט.
זיי האָבן זיך געקרימט אויף איר,
צעהאַקט איר יעדעס ביינדל.
און ווער אַממיינסטן האָט גערודערט?
מײַן טײַער ווײַבל שיינדל.