השיר: ס'א מחייה

רק מלים


ס'א מחייה
מלים: איציק מאנגער.
מנגינה : דובי זלצר.

דער מלך שטייט אין די גאַטקעס,
בײַם אָפֿענעם פֿענצטער און טראַכט,
אַזוי פֿיל ליכטיקע שטערן,
פֿאַרמאָגט די זומער נאַכט.

אוי וואָס וואָלט געווען אַ שטייגער,
ווען דער משוגענער יונגערמאַן
וואָלט מיך אויף טויט דערהרגעט,
- וואָס וועט געוועזן דאַן ?

רעפריין :
ס'אַ מחייה, אַ מחייה,
צו לעבן אויף דער ערד.
צו טרינקען ווײַן, און צו הוליען,
פֿאָכען מיט דער שווערד.

מײַן אסתר וואָלט געגאַנגען
אַ יאָר אין טרויער געהילט,
און אפֿשר נישט ?
אפֿשר תיכף מיט אַ צווייטן
אַ ליבע געשפּילט.

צו מיר וואָלט געקומען וושתי
- "ס'קאָצל קומט מײַן מאַן,
וואָס מאַכט עפעס מײַן קאַנאַריקל
ווער שפּילט אויף מײַן פּאָרטעפֿיאַן ?"

רעפריין :
ס'אַ מחייה, אַ מחייה...

גערעכט איז טאַקע המן,
מען דאַרף מאַכן אַן עק,
מאָרגן נאָך נײַן – אַ זייגער
שיק איך די בריוו אַוועק.

איך זעץ זיך אַוועק
צום שרײַבטיש,
און אָטעם שווער און טיף,
איך שפּײַ אַרײַן אין טינטער,
און חתמע אונטער די בריוו.

רעפריין :
ס'אַ מחייה, אַ מחייה...
 
אופפפססס פיספסתי


בית שלישי מן ההתחלה :
=
איך וואָלט אַצינד געלעגן,
נײַן אײַלן טיף אין ד'רערד.
און נישט געזען די שטערן,
די פֿייגל נישט געהערט.
=
 
למעלה