השתתפו בסקר הנוכחי

קערבאלע

New member
השתתפו בסקר הנוכחי

הוא בהחלט חשוב -- וכל המשתתף הרי זה משובח! טייערע חברים און חברטעס, רבותי וגבירותי, געוויינטלעך האלט איך ניט פון די פילצאָליקע סקרים למניהם. אָבער ס´איז פאָרט טשיקאווע צו זען: וויפל? וואס? און צוליב וואס? כאפּט זיך אריין אויף א פּאָר מינוט און שטימט, למען-השם, אָפּ ווי עס געפעלט אייך. אצינד נאָכן פאסטן אָדער פארקערט -- וועלן אפשר א טייל פריינד סוף-כל-סוף ארויסזאָגן זייער מיינונג. א גליקלעכן סוכות אייך אלעמען, איייער, קערבאלע
 
" יהודי בביתך ואדם בצאתך "

יום כיפור, איז דער העייליקסטער סימבאל, פון די יידישע טראדיציע. מען דארף נישט מחלל זיין בפרהסיה. שרייבן, אין אינטרנט יום כיפור, דארפ מען נישט. דאס האב איך שוין געזאגט. וואס א מענטש מאכט ביי אים אין דער היים. נישט מיין פראבלעם.
 
האָסט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט ../images/Emo8.gif

גיב אַ קוק אין וואָס פֿאַראַ קראַנץ דו ביסט...
 

קערבאלע

New member
ma yinyen shmite lehar Sinay?!

טייערע פריינד בן-אהרן, טאקע בפירוש: מה ענין שמיטה להר סיני?! עס רעדט זיך דאך בפירוש וועגן דעם נייעם סקר. מערניט כ´האָב געפּריווט דערמאָנען דערוועגן און דערמוטיקן אז וואָס מער אָנטיילנעמער פון אונדזער בונטן און פריילעכן פאָרום זאלן אין אים -- אין דעם סקר, הייסט עס, -- זיך באטייליקן. מיין דערמאָנונג איז ארויסגעשיקט געוואָרן במילא אן ערך א האלבן מעת-לעת נאָכן יו"כ אפילו לויטן אמעריקאנער זייגער! אגב בין איך ניט זכער אז מע מוז טומבאדינגט זיך האלטן ביי דעם -- היינט-צו-טאג -- שוין גאנץ פארעלטערטן משכילישן פּרינציפּ "יהודי בביתך וגו´". בפרט נאך אז אויב מע ווענדט עס אן אויף יו"כ קען זיך נאך חלילה באקומען פּונקט דאס פארקערטע, היינו אז אינדערהיים זאל מען טאקע פאסטן און דאווענען אָבער אינדרויסן צווישן די גויאים, ר"ל, זאָל מען דווקא פרעסן חזיר אָן א היטל! אָבער ווי געזאָגט, גאָרניט דאָס בין איך געווען אויסן... איך ווינטש אייך ביי דער געלעגנהייט אל-דאָס גוטס און א ליכטיקן, פריילעכן סוכות! אייער, קערבאלע
 
שמיטה לכלי מיטה קערבאלע

איך האב געזען אז אייער מעלדונג, איז ארונטער געפאלן. האב איך צו געשריבן א פאר ווערטער. זאל דאס ארויפ שפרינגען. מארגן איז א נייער טאג. איז א גוטע נאכט.
 
למעלה