וואַלן עליך ישׂראל ../images/Emo103.gif
די נאַרישע פּאָליטיקאַנטן שיקן אונדז ווײַטער קלײַבן ווי תמעוואַטעס, ווי נאַרישע בריות וואָס לערנען נישט פֿון אײן וואַלן צום צווייטן אַז מע מאַכט פֿון אַלעמען חוזק און קיינער האַלט נישט קיין וואָרט, זיי שקרענען אויף רעכטס און לינקס, זאָגן צו גאָלד און זילבער און ברענגען אַ קדחות… דאָס יאָר גיי איך נישט קלײַבן, איך גלייב נישט מער אין דער פּאָליטיק דאָ אין לאַנד, פֿואַד דער באָק אָדער שרון דער אימפּעראַטאָר זענען בײַ מיר אַלץ איינס. איך וועל אייך ברענגעו אַ ליד פֿון יעקבֿ גלאַטשטיינען וואָס מאַכט אַ ביסל סדר אין די עניינים: אין ייִדישן פּאַרלאַמענט *********** אין ייִדישן פּאַרלעמענט ברענען ממש די ווענט, מ´לערנט אַ בלאַט גמרא, מ´אַמפּערט זיך איבער אַ שווערן תּוספֿות. פּלוצעם - שאַ! ס´קומט אַרײַן אַ גוי און זאָגט אויף גויעשק – רבותי, ס´איז אַ וועלט אַזאַ. צעטיילן זיך די לערנערס גלײַך אויף פּאַרטייען, און נעמען מיט די פֿינגער דרייען: וואָס האָט דער גוי געמיינט מיט זײַן זאָג? אַ וועלט אַזאַ, אוי אַ קלאָג. אוי טאַטע זיסער, אַ וועלט אַזאַ! זאָגט מען פֿון רעכטס: ס´מעג דעם גוי פֿאַרדריסן, אָבער מ´דאַרף נעמען שיסן. זאָגט מען פֿון צענטער – אַ ביסל, מהיכא-תּיתי, שרײַט מען גראָד פֿון לינקס: מ´דאַרף זיך לאָזן און נישט ווערן קיין שיסערס, קיין הייסע. שרײַט דער גוי: שאַ, ס´איז אַ וועלט אַזאַ. זינגען אַלע: אוי טאַטע זיסער, אַ וועלט אַזאַ. ____________________ פֿון די צוקונפֿט, יאַנואַר-פֿעברואַר, 1958, ז´ 13