וואָס וועט זייַן? קיינער שרייַבט

חייםלוי

Member
מנהל
וואָס וועט זייַן? קיינער שרייַבט

ניט. ס´איז טרוקן ווי אין דער מדבר.
 

חייםלוי

Member
מנהל
איך האָף אַז זיי שלאפֿן און וועלן

קומען מאָרגן מיט נייַע כוחות. נאָר זיי שלאָפֿן שוין עטלעכע טעג. קומו עורו לעבודת היידיש.
 
יזכור ה´ את הנרצחים ../images/Emo7.gif

צום באַדויערן הערט מען הײַנט זייער שלעכטע נײַעס וועגן צוויי זעלבסטמערדער וואָס האָבן גערצחנט ארום 20 אומשולדיקע. וואָס וועט זײַן דער סוף, וואָס. שרון וועט זיצן מיט זײַנע טאָנען שמאַלץ און געבן זײַן עָמרין אַ שמאָטשיק אין מויל אַרײַן. ווער וועט קומען אין דער רעגירונג און אויפֿטרייסלען די באַנדע בעטלער וואָס רוממות הכיסא איז זייער שיוויתי.
 

חייםלוי

Member
מנהל
ביסט גערעכט. מ´קען נשט מער אזוי

אָדער ווי פנטי זאָגט אַזֵי. אָבער וואָס קען מען טאָן? ווען איך בין געקומען אַהיים האָט מיר די משפּחה דערציילט אַז זיי האָבן געהערט די צוויי באָמבעס. און מיר לעבן נישט אָזוי נאָכנט צו די תחנה מרכזית. ס´איז מוראדיק.
 

fanti

New member
ששששש. ועק זיי נישט אוף../images/Emo1.gif

איך בין אַריַין אַף די שפיץ פינגער, אַה קוּק גיטאָן אַרוּם אוּן אַרוּם געזֵען אַז אלע שלאָפְן אוּן גְליַיך שְטיל אַהרֵייט אַרוֹיס געגאַנגען האָט אַה גוּט נאַכט
 

קעצעלע

New member
איך בין אויך נאָך וואַך!../images/Emo108.gif

איך האָב נאָך אַ קוכן אין אויוון און דאַרך וואַרטן ביז ער האָט זיך אויסגעבאַקן. מממממהההה... עס שמעקט שוין די גאַנצע שטוב מיט שאָקאָלאַד און צימערינג!
 

פראזניק

New member
איך האב...

א קוק געטהאן פון פענצטער, געזען אז אלע שלאפן, און אליין געכאפט א דרימל:)))))
 

fanti

New member
מיר וארטן אף די שמעקעדיקע קוכן

סתם אזיי דארציילן איז נישט קיין חכמה. מי דארף די קוכן בריינגען אין פארום זאלן די חברה עסן עפעס אה שטיקל קוכן. נעלמה לי המילה לטעום ... מי זוכר ? זה בוודאי לא פראָבירן - לנסות
 
אויך "טועם זיין"

פארזוכן שמעקט מער מיט געטרינקס. טועם זיין האט מער צו טאן טרוקענע עסן.
 
"מען ווערט גראב" ../images/Emo3.gif

נאר פון פארזוכן (טועם זיין) זאגן די קוכער´ס.
 

fanti

New member
פארזוכן איז די פאַרלאָרענע וואָרט

עמעס, מיר האבן פארזוכט עסן (פלוצלונג האט מיר די ווארט פאַפאַלן געוואָרן) ועגן די ווערטער "טועם זיין" .. אַנטשולדיק מיר נועם ......... אָדער מי רעט יידיש אָדער מי רעט עברית, קלַייב אויס. "אַלץ אין עינעם איז נישטו ביי קֵיינעם" אזיי פלעגט מיין מאמע זאגן.
 
אויב איך זאג איינעם שלום-עליכם...

און כ´בין ממשיך צו רעדן מיט אים אויף יידיש, צי רעד איך העברעיש אדער יידיש?
 

fanti

New member
זאג שאָלם עליכם נישט שלום עליכם.

דו האזט געזאגט אז מי רעט יידיש און מי שרייבט עברית איז ........... שרייב מען - שלום עליכם און מי זאָגט - שאָלעם אַלייכעם אהההההההההההההה
 
למעלה