וועגן "מעלות"
"מעלות" איז מאנאטלעכער זשורנאל, וואס גיט זיך אפ אין גרויסנטייל מיט דער חרדישער פאמיליע. דאס נעמט אריין שלום-בית, חינוך, און אנדערע. "מעלות" פארמאגט אויך ארטיקלען אויף פארשידענע געביטן, א שטייגער ווי היסטאריע, נאוועלן, הומאר, קלענערע קוריאזן פון לעבן, און אן אפטיילונג - הגם א באשרענקטע - וועגן דער יידישער שפראך. "מעלות" טיילט זיך אויס פון דעם רוב אנדערע חרדיש-יידישע אויסגאבעס, מיט דעם וואס זי איז מקפיד אויף דער גראמאטיק פון יידיש-לשון. סוואלט געווען א גוזמא צו זאגן, אז זי איז פולקאם אויף דעם געביט. דערפאר גיט זי אבער אכט דערויף אין פרינציפ. "מעלות" איז אויך געשריבן אין א גרינגער, פערפעקטער שפראך: קורץ, שארף און צו דער זאך.