איך האב זיך איבערגעקוקט, און
ס'דוכט מיר איך בין נישט קיין פאפענער ווייבעל, על כל פנים נישט אין דער גלגול.. און איך האב פארט הנאה.. זייערע מעשות זיינען שיין געשריבען און ציען די אינטערעס. און דאגות בלב גיט א בליק אין די גייסט אין פרומען גאס. און פון א ליטערארישער שטאנדפונקט איז עס גאנץ פיין געשריבען. ביי עטליכע פון שלום אליכם'ס מעשות ווי ער שפעט אפ פון אבות אבותינו אדער די חדרים האב איך אויך מער הנאה געהאט פון די שטייגער שרייבען ווי פון די עצם מעשה.. אפשר האסט דו נישט ליב די פרומע שטייגער שרייבען, מיר ארט נישט די היסטוריע אדג. טויגען טאקע אויף כפרות אבער איך האב פון זיי בעסער נישט ערווארט. איינע פון מיינע גרעסטע טענות אויף זיי איז טאקע דאס וואס די בארימסט פאר זייערע איינציגע אויפטו, דאס זוכען אריינצוברענגען פרעמדע עלעמענטען ביי'ם היימישען עולם. ערשטענס, כאטש איך בין גרייט (ליידער) צו קריכען גאנץ ווייט פאר זיך, פארגין איך נישט די צווייפעלהאפטיגען פארגעניגען פאר א צווייטער. צווייטענס, איך האב פיינט (און ס'דא אין דעם א סאך וואס זיינען ערגער ווי זיי) נאכגעמאכטס, אנשטעלען און פאלשע "אויפגעקלערטקייט". איך פארלייד נישט די קרומקעפיגע פארתמטע בעקעס וואס אין זייערע ווילדע יאגעניש נאך יעדער זאך וואס שמעקט פון "אויפגעקלערט" פארגעסענדעק דערווייל אריינצוטראכטען צו ס'האט עפעס א זינען. דאס בלינדע פאנאטיזם צו, און די פטראידיאליזיערען און ארויסנעמען פון יעדע פראפארציע פון, א זאך וואס האט קיינמאל נישט געהייסען עפעס מער ווי א מער וועלטליכע בליק, וועלטאנשויאונג,צו לעבענסשטייגער און דאס פארוואנדלען צו כמעט א רעליגיע איז אומדערטרעגליך אדיאטיש, נישט צו זאגען טראגיקאמיש, אדער נאך בעסער פאטעטיש, נעבאכדיג. אין מיינע אויגען דאס האלטען פון עפעס נאר ווייל ס'רופט זיך קולטורט צו וויסענשאפטליך איז אן ערגערע פאנאטיזם ווי נישט קוקען אויפ'ן אינטערנעץ נאר ווייל ס'הייסט אזוי. איך בין נישט אזוי ווייט א ידישיסט ווי נועם, איך האלט נישט אז יידיש צו יידישע קולטור איז אן ענדציל פאר זיך, וואס יא, איך שטאלציער זיך מיט די קולטור וואס איך געהער צו איהר, א קולטור וואס שטייט ווייט העכער פון די אמעריקאנער גראבקייט, די איזראעלער פרעכהייט די ענגלישע פירעקיגקייט צו סיי וועלכע אנדערע. איך לייד נישט פון געפילען פון אונטערטעניגקייט צו ווער ס'זאל נאר זיין. די היימישע אידענטום אפגעזעהן איהרע רעליגיעזער וועזען האט אן אייגענארטיגער קולטורען וועזען אן אייגענער זעלבסטבעוואוסטזיניגקייט און זעלבסט געשטאלט. איהרע יידיש בליעט ווען ביי אנדערע ס'וועלקט. איהרע יידיש לעבט און ווירבעלט ווען ביי אנדערע ס'גייט אויס, ס'האלט אין מיטען א לאנגע גסיסה. (דא וואלט געווען די פלאץ אנצומערקען די וואנזיניגקייט פון די וואס ווילען צונעמען די קערפער פון איינער וואס איז נאך שטארק און קרעפטיג, צוימען די ווינט, און איינשפארען א לעבעדיקע וואקסענדיקע זאך אין אן ענגע דערשטיקענדיקע פושקע, די ייווא פארשער. די וואס לעבען אין די פארגאנגענהייט, רעדען פון די אמאל, ווען די היינט האט זיי פארבייגעלאפען און זיי איבערגעלאזט אין איהרען שטויב. די וואס לאזען הערען פון די הויכע טורעמס פון אקאדעם זייערע באפעלונגען און כללים פון ווי זיי וואלטען געוואלט זאל אויסזעהן דער יידיש כאטש קיינער הערט זיי נישט אויס. רעד'זשע בעסער צו'ם לאמפ. אין צוואנציג דרייציג יאהר ארום וועלען זיי קענען אנהייבען פון דאס ניי און צולייגען נאך א פארשונג פארוואס די יידיש איז נישט געווארען ווי זיי האבען פאראויסגעזעהן. אבער דאס איז א טעמע פאר זיך, דער תגובה איז סיי ווי צו לאנג, און איך שרייב עס נאר א ציפקאלע טאן נועם'ען(נועם, רעג זיך נישט!)) חרדישע יידיש האט נישט וואס זיך צו שעמען פון סיי ווער ס'זאל נאר נישט זיין. איך געדענק שוין נישט ווי איך האב אריינגעקראכען צו דעם, אבער ס'עפעס וואס איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבען. זאל דאס שוין דיענען אלץ ענטפער אויף אלע אנדערע אויך.