"ווירוס פון שנאה"
אינעם "פארווערטס" פון דער היינטיקער וואך, איז געדרוקט אן ארטיקל פון י. מאטווייעוו, א"ק "דער ווירוס פון זעלבסט שנאה אויף דער אינטערנעץ". דער מחבר דערציילט דארט, אז אויף דעם וועבזייטל פון "או יו" ווערט יידיש פארטייטשט ווי עפעס א פסעוודא-שפראך און ווערט היפש אונטערגעמינעוועט. דער שרייבער דערציילט, אז דער או-יו וועבזייטל פארזיכערט צום סוף, אז יידיש איז שוין אונטערגעגאנגען און האט אפגעטראטן דער בכורה צו העברעאיש. מאטווייעוו´ן האט דאס ארויסגעטראגן פון גלייכגעוויכט און ער ביטערט דארט אויפ´ן "פסעוודא-לינגוויסט", הלמאי זי פארשווארצט אזוי דאס פנים פון יידיש. איך פארשטיי אבער נישט וואס האט אזוי בארירט מאטווייעוו´ן. מיך האט יענער פסעוודא-לינגוויסט כלל נישט אנגערעגט מיט זיינע טיפזיניקע אנאליזן אויף יידיש. דער פאקט בלייבט, אז צענדליקער טויזנטער יידן איבער דער וועלט באניצן זיך מיט יידיש ווי זייער טאגטעגלעכע שפראך. און אלע סימנים ווייזן, אז יידיש לעבט, וואקסט און בליט. איז וועמען ארט עס, אז די פסעוודא-פראפעסיאנאלן פון או-יו פלאנטערן זיך אין גארנישט-מיינענדע פילאזאפיעס וואס זענען באזירט אויף ווילדע מיינונגען פון אומוויסנדע, איגנאראנטע פסעוודא-מענטשן?...