ווי זעצט מען איבער דעם וואָרט

גאטליעב

New member
ווי זעצט מען איבער דעם וואָרט

באַוועבט אין העברייש (איך מיין נישט באוועבט אַלץ אריג, נאר צום ביישפיל אַ באַוועבטער איד. ענטפערט מיר נישט 'שרוי' ווייל פאַרשטייט-זיך אַז עס פאַרביַיט זיך דער מיינונג דערהינען (יהודי שרוי ???)
 

נודניצע

New member
../images/Emo12.gif

איך האב שטענדיק געמיינט אז עס קומט פשוט פון "וועב", אזוי ווי אין וועבזייטל. אזוי ארום "א באוועבטער" איז... "מאותר"
(דהיינו, מלשון "אתר"). און אפשר בין איך סתם אן עם-הארץ וואס רעדט נארישקייטן.
 

גאטליעב

New member
דו שפעטסט אָדער ביסט ערנסט?

וועב איז גאָר אַן איינגלישן וואָרט, וויַיל אויף יידיש ווערט רשת איבערגעזעצט אַלץ נעץ
 

נודניצע

New member
../images/Emo129.gif יא, אבער

מע זאגט דאך אויף יידיש וועבזייטל, א יא? און א חוץ דעם - באנעצטער (פון נעץ) פאסט עפעס נישט. הקיצור, כ'האב אפשר גערעדט נארישקייטן אבער געמיינט האב איך עס ערנסט.
 
ווי זעצט מען איבער דאָס וואָרט

שלום-עליכם טײַערע ייִדן! כ´בין אַ מיטרעדאַקטאָר פֿון דעם דאָזיקן וועבזשורנאַל און כ´מוז אײַך זאָגן ס´איז באמת אַ כּבֿוד וואָס מע לייענט אים! וואָס שייך דעם וואָרט „באַוועבטער“ -- ס´איז אַ נײַשאַפֿונג (נעאָלאָגיזם) אויף מאַמע-לשון אויך. אויף עבֿרית קען מען אפֿשר זאָגן „מרוּשת"? (אין מײַן ווערטערבוך שטייט אַז דאָס וואָרט האָט שוין אַ טײַטש, דהיינו reticulate, נאָר כ´ווייס ניט אויב מע ניצט דאָס אַזוי אָפֿט.) אָדער אפֿשר: "אינטרנטי"? אגבֿ דער נײַער נומער וועט אי“ה באַלד אַרויס, מיט נײַעם אינהאַלט פֿון באַרימטן שרײַבער קטלאַ קניאַ... מיט גרוסן אײַער שלום בערגער נ"י
 
ברוכים-הבאים ../images/Emo141.gif

שלום טייערער, ס'איז פאר אונדז א גרויסער כבוד דיר צו זען אינעם פארום. הייסט עס אז מיין חשד אין נישט סתם אין דער לופטן, דער בלאגיסט "קטלא- קניא" איז דער זעלבער ק"ק פון דער באוועבטער ייד, דאס לויט די לעצטע שורה דיינע. איך מוז לויפן איצט וועל איך שרייבן אין אן אנדער געלעגנהייט.
 

1haam

New member
אפשר קען מען איבערזעצן

'היהודי המתוקשב'? דאס הייסט, תקשורת+מחשבים. 'המרושת' איז אויכעט פיין אויף העברעיש.
 
אין מילה כזו

חיפשתי במילונים. מילה דומה זה גיוועבט שפירושו סנילי "דאר אלטר ייד איז שויין אויס גיוועבט"
 
ס´איז אַ נעאָלאָגיזם!

ווי כ´האָב געזאָגט אויבן (גיט אַ קוק) איז „באַוועבט“ אַ נײַשאַפֿונג. כ´האָב עס אַליין אויסגעטראַכט פֿון וואָרט „וועב“. איר טראַכט אפֿשר פֿון וואָרט „אויסגעוועבט“. „געוועבט“ סתּם איז טײַטש „אָרוּג“ (woven). גיט אַ קוק אַרײַן אין אַ ווערטערבוך. שלום בערגער
 

מוזר

New member
וועב איז א נאייע ווארט וואס גייט

לכאורה אריינגיין אין אלע שפראכען. ווארט ביז די איזראעלער טראכטען אויס א וועג דאס "מעברת" צו זיין...
 
למעלה