ווי מפֿרסם זײַן אַ בוך באָרץ

ווי מפֿרסם זײַן אַ בוך באָרץ

רבותי (וגבֿירותי), איך בין אַ שרײַבער פֿון ניו-יאָרק, און איך מיט מײַן פֿרוי האָבן נאָר וואָס געגרינדעט אַ פֿאַרלאַג וואָס הייסט פֿאַרלאַג „עשׂרים-אַרבע“. מיר ווילן אַרויסגעבן ייִדיש-איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע קינדערביכער. אונדזער ערשטע אויסגאַבע וועט זײַן „די קאַץ דער פּאַיאַץ" (חתול תּעלול/The Cat in the Hat) אויף ייִדיש. גיט אַ קוק אויף www.yiddishcat.com. כאָטש מיר ווייסן אַז ס´רובֿ קויפֿערס וועלן זײַן פֿון פֿש"א, ווײַל דער אָריגינאַל איז ניט אַזוי פּאָפּולער אין ישׂראל, שטעלט זיך די פֿראַגע -- ווי וואָלט מען צום בעסטן מפֿרסם געווען דאָס בוך באָרץ? בײַ וועלכע געשעפֿטן? אין וועלכע זשורנאַלן? דאָס בוך וועט אי“ה אַרויס אין אויגוסט. אַ דאַנק פֿאָרויס פֿאַר אײַערע עצות! שלום בערגער [email protected] [email protected]
 

יואלישל

New member
נישט פארשטאנען

פארוואס זוכסטו צו אפדרוקן דעם בוך דווקא אין ישראל?
 
ניט אָפּדרוקן, נאָר פֿאַרקויפֿן

זײַט מוחל – כ´האָב זיך ניט קלאָר אויסגעדריקט. אָפּדרוקן דרוקן מיר אָפּ דאָס בוך אין פֿש"אַ, נאָר פֿאַרקויפֿן ווילר מיר עס אויך אין ישׂראל, ווײַל מיר דאַכט זיך אַז ס´וועלן זײַן אַ פּאָר קונים. שטעלט זיך די פֿראַגע -- ווי אַזוי? אין וועלכן געשעפֿט? בײַ וועמען? אַ דאַנק.
 
למעלה