א גיפטיקער ליגנער!
יידן! איר ווילט זיך באקענען מיט א מיטל וויאזוי זיך ארויסצושלאגן פון קאפ א געדאנק, מיינונג אדער טעזע פון וועלכער סווילט זיך אייך פטור ווערן? לייענט ביטע קטלא קניא'ס ארטיקל אין נייעם נומער פון "דער באוועבטער ייד". איר וועט דערביי האבן די געלעגנהייט צו דערקונדיקן זיך מיטן טייטש פון "האס-קונסט". דאס ארטיקל, באטיטלט "אמונת צדיקים", באשטייט פון א שמוציקן צונויפגיס פון כלערליי ביליקע שקרים, בייזוויליקע בלבולים, און שאטנדיקע אילוסטראציעס - אין א קענטיק-נעבעדיקן פרואוו צו פארהאסן דאס חרדישע לעבן ביי זיך אין די אויגן זעלבסט, פאר וועלכע די בילדער פון אומצאליקע הערלעכע זייטן פון חרדישע יידן ווילן נישט אויפהערן זיך ווארפן. זיין ארט שרייבן און באליבטע טעמע פון וועלכער ער קען זיך נישט אפטשעפען דערציילן איבער אים סודות פון חדר. זיי פארמסרן, אז ער פלאגט זיך מיט פארשידענע ספיקות און געוויסנסביסן איבער זיין לעבן און פירונג. ער ווייס אליין נישט פינקטלעך וואס ער וויל און זוכט אין לעבן, און דערפאר זוכט ער מיט אלע כוחות זיך צו פארמיאוסן פון פרומען לעבנסשטייגער. דאס איז וואס שייך זיינע געשרייבעכצער אין אלגעמיין. זיין יעצטיק ארטיקל האט אבער אלעמען איבערגעשטיגן מיט דער לעכערלעכקייט, ביטערע ליגנס, און פינצטערע פאנטאזיעס וואס ווערן דארט ארויסגעזאגט. יעדער חרדישער ייד, אריינגערעכנט דער שרייבער פון די שורות, וועט אייך עדות זאגן אז כמעט אלץ וואס ער זאגט דארט איז הויל שקר. יא, קען זיין עס זענען פאראן אזעלכע. אבער אפילו ווען יא, זענען זיי ממש געציילטע, אויסצוציילן אויף די פינגער פון איין האנט. מיסטער קניא וואלט געדארפט זיך ארייננעמען אין קאפ, אז פאקטן ווערן נישט באשאפן מיט פענע און פאפיר. זיי מוזן האבן אן אנשפאר אין מציאות.