וועגן "אמונת צדיקים"

יואלישל

New member
דער אינהאלט אין אלגעמיין

ווי ער פרובירט אפמאלן חרדישע אידן. און קען טאקע געמאלט זיין אז דאס ארטיקל וואלט זיך געדרוקט אין א פרומער צייטונג. אבער אפילו דעמאלט וואלט עס געווען פאלש און פארפירעריש.
 
קלאָרער געזאָגט

ערשטנס, קענסטו זיך נישט פֿאַרגלײַכן צו קטלא-קניאן, און איך רעד נישט חלילה וואָס שײך צום טאַלאַנט, נאָר ווייל ער שרײַבט ליטעראַטור און דו – קריטיק. דאָס איז אַ גרונטלעכער און סובסטאַנציעלער אונטערשייד. דעריבער מעג ער שרײַבן ווי ער וויל און דו, אַנטקעגן, מוזט שרײַבן דעם אמת. נישט מוזן ווי תּורה למשה מסיני, נאָר לויט די אָנקענומענע געזעצן פֿון שרײַבן אָדער פֿון אַ שרײַבאויסטויש. צווייטנס, ווען איך האָב פאַרגליכן די הײַנטיקע פֿרומע ייִדן צו די ייִדן פֿון פֿאַר אַ הונדערט יאָר צוריק אין שטעטל, האָב איך נישט געמיינט אין וואָס קטלא-קניא האָט געדרייט, איך רעד אין אַ כּלל. עס זײַנען דאָ אַ סך ייִדן וואָס פֿירן זיך און פֿילן זיך ווי אין דער גלות צווישן פּריצים און קריסטן. דער ייִדישער פּאָליטיק אין ישׂראל און בפֿרט דער פּאָליטיק פֿון די פֿרומע פּאַרטייען איז דורכגעזאַפּט מיט דעם געפֿיל אַז די גאַנצע וועלט ווי זיי נאָר אָנטשעפּען. אַגבֿ, וועגן דעם שײַכות צווישן די גלות-מאָטיוון און צווישן דער ייִדישער פּאָליטיק איז פֿאַראַן אַ פּרעכטיקער אַרטיקל פֿון פּראָפֿ. רות ווײַס אין דעם מאַגאַזין "תּכלת" וואָס ווערט פֿאַרעפֿטלעך אין ישׂראל.
 

יואלישל

New member
איך פרובירט נישט מאכן קיין פארגלייך

איך פרוביר נישט צו פארגלייכן זיך צו קטלא קניא. טאלאנט? איך זאג עס נישט אויף זיך, אבער אין קטלא קניא זע איך מער האס ווי קונסט. איז אויב וועלן מיר סארטירן האס אין דער קאטעגאריע פון קונסט, דאן כל הכבוד! איך שרייב דעם אמת. קטלא קניא'ס געשרייבעכצער זענען נישט באזירט אויפן רעאלן לעבן, און עס וואלט געווען א זעלבסט-אפנארעריי אנצונעמען אז ער איז דא אויסן געווען בלויז דערציילן א "באבא מעשה". ער האט געפרואווט שילדערן דעם חרדישן איד אין א נעגאטיווער ליכט. דאס אלץ. אוודאי איז אמת אז מיט א סך זאכן זענען די פרומע אידן פון היינט גלייך צו די פון אמאל. אבער אין די פרטים וואס קטלא קניא נעמט ארום, איז עס דורכאויס פאלש. וואס שייך דעם ביישפיל וואס דו גיסט אן, מיט דער ישראל-פאליטיק און פרומע פארטייען, בין איך פולשטענדיק מסכים. סאיז א ווייטאגלעכער אמת.
 
../images/Emo13.gif [עיקר שכחתי, ו-באבע מעשה]

עיקר שכחתי,[1] צי ווייסטו פֿון וואַנעט נעמט זיך דער אויסדרוק "באָבע-מעשׂה"? ס'איז גאַנץ אינטערעסאַנט. ____________ [1] אַ מאָל איז דער אויסדרוק "עיקר שכחתי" געווען אַרנסטער אָבער שלום-עליכם איז געקומען מיט זײַנע מנחם-מנדל-בריוו און צעשטערט דעם אויסדרוק. הײַנט איז ער שוין כּמעט נאָר אַ סאַטירישער.
 

יואלישל

New member
אויב איך מאך נישט קיין טעות

קומט דער אויסדרוק פון דעם ערשטן אידישן ראמאן "באבא מעשה" געשריבן פון אלי' בחור אין איטאליע פאר באלד טויזנט יאר צוריק. "עיקר שכחתי" איז סאטיריש נאר אין די קרייזן וואו מען לייענט שלום עליכמ'ס ווערק...
 

יואלישל

New member
איינמאל פאר אלעמאל:

יא, כהאב געשאסן א פייגעלע... שוין איינמאל ערנסט...
 
פרטים:

די דערציילונג הייסט "באָבע דאנטונא" (באָבע פֿון אַנטאָנע). "באָבע" איז דער נאָמען פֿון אַ ייִנגל (און נישט קיין באָבע).
 
קטלא קניא

מצאתי את הרצוף בזה באתר הבלוגים של קטלא קניא, ואולי יהיה בזה כדי לתרום להבנת דרך כתיבתו של הכותב.
 
אני זוכר את הקטע הזה

בדיון שהתפתח כאן טענתי שב"ספרות" מותר לעשות ויצור כל דבר ואין צורך להתחשב ב"אמת". אך ברור שטענתי כך כי רציתי לקעקע את בסיס טענתו של יואלישל, למעשה, אני חושב ק"ק כותב את מה שנראה לו כאמת האפשרית. הרי הבלוג שלו שהוא, יעני, כולו אמת, יומן חושפני שמספר את האמת שלא כולם רוצים לשמוע, דומה מאוד לתוכן הסיפור "אמונת צדיקים".
 

יואלישל

New member
נישט אמת

האסט בכלל נישט "מקעקע" געווען מיין טענה. קטלא קניא באווארנט זיך טאקע מיט זוכן צו בלייבן אנאנים. אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר גנבענען פון אנדערע און עס אנגעבן ווי אייגנס. סאיז אויך נישט קיין תירוץ אויף צו שרייבן ליגנס און זיי אנגעבן אלס אמתן. זיין אזויגערופענער "טאגבוך" דערציילט נישט תמיד דעם אמת. "אמונת צדיקים" רעפרעזענטירט זיכער נישט די מציאות. לאמיך נאר צוגעבן א ווארט, אז איך בין נישט אויסן צו "באגראבן" עמיצן וואס דערציילט יא דעם אמת. לחלוטין נישט. אבער שרייבן ליגנט, געטריבן פון וויסטער שנאה, און זי אנגעבן ווי אמתן, דאס נישט! נועם: דאס געזאגטע קען איך דיר איבערצייגן מיט באווייזן, אבער נישט פארן גאנצן פובליקום.
 
גייט ליבערשט צו ברודוויי שפילען!

יואלישל טייערער, דיין נאמען זעלבסט רופט ארויס גרומצארן צווישן אונדז, ווארום אזא סאטמאר-קלינגעדיק נאמען באלאנגט אינגאנצן ניט אויף דיזען וועב-זייטל וואו עס ווערט דורכגעלופטערט כל-מיני קעגנגעזעצטע אידעאלן צום קולטור דיינעם. צווייטענס ריידט איר, כ'בעט אייך תיכף מחילה, ניט צום דבר, איר ריידט און ריידט און קיינער ווייסט ניט וואס איר ריידט גייט ליבערשט אביסל ארויס אויף דער גאס און כאפט א פרישער לופטל וועלכע זאל צעשטרויבלען ס'בארד דיינער און אנידערווארפן דיין ביבער-היטל פון קאפ א שטרעקע פון עטליכע שטאטישע בלאק בכדי איר צו דארפן נאכיאגן. אויף די וועלט איז דא אזויפיל אנדערע הארץ-גלוסטענדע טאַוועס, לאזט אייך נאר אביסל אריין אין אמעריקאנער שוואוילטאג, אין ניו יארקער פרעס און ברודוויי שפילן און נעמט אלזא ארויס דער קאפ פון גארנישט-מיינענדע לעכערליכע פראזן וועלכע טוען נישט עפעס אנדערש נאר זיינן מונח אין די צ'אט ארכיוון עד שיבוא אלי'.
 

מוזר

New member
לכבוד ר' שטאפענעם היט'ל

זייט מוחל און רעד נישט אומפארבעטען בשם כל ישראל. דער פרעכהייט פון איינער וואס האט, דוכט זיך, נאך קיין ווארט דא נישט געשריבען צו פראביערען פארשיקען אנדערע איז שטוינענד. אויב עפעס א נאמען שטערט דיר, זייט מוחל און שרייבץ "דאס רופט ארויס גרימצארן ביי "אני הקטן". ביי מענטשען וואס זיינען נישט פאנאטיש-רעליגיעז-ליבעראל נאר ווייסען טאקע די באדייט פון ווארט רופט ארויס די נאמען נישט מער ווי טאלעראנץ אדער גלייכגילטיכקייט, ווי אז ביי אנדערע, ווי מיר, האט דער נאמען א ווארמען פלאץ אין הארץ'ן. דיין מיינונגען איבער ווער און וואס האט א פלאץ אויפ'ן וועב איז נישט מער גילטיג ווי דער פון די התאחדות און צו יעדען פאל איז דא נישט אין פלאץ. אזוי אויך איהרע מיינונג וועגען וואס איז יא אדער נישט אינטערסאנט. איך מוז באצייכענען אז נישט אלץ וואס איהר געפינט פאר נישט אינטערסאנט אדער נישט צו'ם זאך איז נישט אינטערסאנט פאר אנדערע און פארקערט אויך. דיינע קלוגשאפט, וועלטליכקייט, און די ראפיניערטע מאניערען וואס שטראלען ארויס פון דיין בריעוו בכלל, און דיינע גוטהארציגע רעקאמענדאציעס בפרט זיינען זיכער תכונות וואס איהר האט איינגעשאפט און איינגעזאפט אין אט-א די אויבענדערמאנטע פלעצער. איך פאר מיינעטוועגען האלט אז יואליש האט אסאך מער צוגעגעבען תו'ם פילפארביגקייט פון פארום ווי איינער וואס האט (ביז דערווייל) נאר געשריבען גרונטלאזער קריטיק. און אגב, אנשטאט אריינצוטראסקען כל מיני הויך קלינגענדע מולטיזילביגע ווערטער אין אן אומגעלונגענעם טשאלענט וואלט געווען ראטזאם איהר זאלט טייטלען מיט'ן פינגער און איבערליינען יעדען זאץ הויך אויפ'ן קול צו ס'הערט זיך ליינבאר פאר איהר שרייבט עס. איך פריי זיך מיט נייער מיטגלידער, איך האף אז איך האב אייך נישט באליידיגט, אבער ביטע, האלט זיך אין די ראמען.
 

יואלישל

New member
א געמיש פון לחשים

חשובער קאלעגע, ריזיק-געשעצטער מאיעסטעט, קורפירשטלעכער גענאד, און גענעדיקער הער "שטאפענעם הוט". איך וויל פרובירן דיך אפענטפערן אין דעם זין ווי דו האסט צו מיר גערעדט. קודם כל פאל איך צו די גאלדענע פיס פון זיין דורכלויכטנדער גענעדיקייט און קיש די זוימען פון זיין פרעכטיקן פורפורנעם מאנטל - איינגטלעך א פארטשאדעטער געמיש פון תכלת וארגמן ותולעת שני ושש ועזים ועורת תחשים... איך בעט מחילה פון זיינע הימליש-מלאכימדיקע אויערן, אויב דער פארבלאטיקטער נאמען פון מיין אומגעהויערער ווייניקייט האט ביי זיי ארויסגערופן ווידערווילן. ווייל אין תוך גענומען, ווער בין איך און וואס בין צו ווידערשפעניקן זייער הייליקן ווילן? איך ווייס עס, לויטער-הייליקער "שטאפענעם הוט", אז איך האב זיך שרעקלעך פארזינדיקט קעגן דיר און אלץ וואס איז דיר הייליק און טייער. איך שלאג זיך קאפ אי דער וואנט און ביידע הענט אין הארצן. איך בעט ביי דיין גוטסקייט גענאדע און רחמנות אויף מיין ארעמער זינדיקער נשמה. דען וואס איז דען א מענטש? היינט איר ער דא און מארגן - דארט... בקיצור, איך האב נישט געדולד יעצט ממשיך צו זיין מיין מענה לשון. אויב זוכסטו דעם אויספיר, וועסטו עס גרינג געפינען אין סיי-וועלכער תחינה אדער צאנה וראינה וועלכע זענען איבערגעזעצט געווארן "אויף לשון אשכנז המדוברת בתוכינו". פון מיין זייט וויל איך נאר דיר אויסדריקן מיינע טיפסטע דאנק-געפילן פאר דיינע עצות און הדרכות, וועלכע זענען דאך אויסגעווייקט מיט חכמת שלמה. אַף ווידערזעהן!
 
האסט מיר געהרגעט פאר געלעכטער

 
למעלה