סע לייגט נישט אויפֿן קאָפּ ../images/Emo11.gif
מתנדבֿ, נו, באמת, ווען איך וואָלט קיינמאָל נישט געווען קיין פֿרומער וואָלט איך אָנגענומען דײַן טענה, אָבער איך ווייס דאָך יאָ די הלכה. מע הייבט אָן דעם תענית און מע פֿאַרפֿאַסט נישט לויטן זייגער נאָר לויט דער שקיעה. אויף יעדן אופֿן וועסטו פֿאַסטן נאָר 23 אָדער 24 שעה, און סע האָט ממש נישט צו טאָן מיטן זייגער. אַ ייִד אין אַפֿריקע אין אַ דזשונגעל וועט פֿאַסטן די זעלבע צײַט ווי דו, אַפֿילו אויב ער האָט ממש נישט קיין זייגער. גיב מיר צו פֿאַרשטיין!