ווער קענט דא רומענישע יידיש?

minci

New member
ווער קענט דא רומענישע יידיש?

איך בין געבוירן געווארן אין רומעניע און דערפאר דאס יידיש איז מיר נואנט צום הארצן. אמת איך קען פארשטיין אויכט פוילישע יידיש אבער ס איז נישט די זעלבע מעשה למשל אין אנגעהויבן איך האב נישט געקענט כאפן קיין ווארט... און נאך א שאלה ווער איז א סטודענט?
 
ברוכים-הבאים ../images/Emo141.gif

קודם-כּל, אויב דו ביסט גבוירן אין רומעניע בין איך ספּעציעל אינטערעסירט זאָלט ענטפֿערן אויף אונדזער אַנקעטע ("סקר"). 2טנס (אַ שפּילכל פֿון ס´וואָרט "צווײטנס"), איך בין אַ סטודענט אין דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים.
 
רומענישע יידיש

זייט אזוי גוט און גיט אונדז צו פארשטיין וואס איז דער חיליק צווישן רומענישע יידיש און פוילישע. וואס איז אייך גיווען שווער אין די פוילישע יידיש? אנדערע ווערטער? אנדערע אקצענט? די בוקאווינע יידיש רעכענטזיך פאר א רומענישע?
 
למעלה