זיי האב´ן געלערנט יידיש?

פראזניק

New member
זיי האב´ן געלערנט יידיש?

דאס איז א פאטאגראפיע פון יידישע קינדער אין בוכרה מיט´ן מלמד. ממש אינטרעסאנט, זיי האב´ן געלערנט יידיש? ס´איז דא זעער א שיינער סייט, פון דער פאטאגראפירער פון צאר, זייער שיינע בילדר. גיט א קוק דארט, ס´איז ממש א מחייה:))))
 

זיסער

New member
רבי לעבן :)

אפשר קאנט איר מיר מסביר זיין ווי צו אלע רוחות האב איך געזאגט אז נישט? איך האב נאר געפרעגט א שאלה, נישט מער.. האט רחמנות, פארשטיי מיר
א וואונדערליכן טאג
 

פראזניק

New member
ס´איז נישט אויסגעפירט:))))

און פארשטייטזיך אז די פריער´דיגע הודעה האב איך געשריבן:))) אזוי איז דאס אז מארבעט פון א חבר´ס קאמפיוטער. :)))
 

adam222

New member
../images/Emo45.gif ;-P

אויב אזוי, אוב איך נישט גרונישט געזוגעט! >דינג אן אייגענע קאמפיוטער...
<
 
איך מיין אז זייער לערן שפראך איז

נישט געווען אידיש ווייל זיי זענען דאך ספארדישע און זיי האבן מסתמא גערעדט צווישן זין בוכאריש
 
נאָר וער זיינען זיי יאָ?

ס´הייסט, איך פארשטיי אז זיי האבן דארט ניט געקומען פון שפאניע, אבער עס מאכט זיי נאך ניט קיין אשכנזישער, און קיין יידיש האבן זיי ניט געקענט רעדן. איך מיין אז דאס איז גאר קלאר...
 
איין זאך איז דאָ זייער מאָדנער:

וי אזוי האָט ער אין יענע צייטן געמאכט קאָלאָרדיקע פאָטאָגראפיעס? ס´שמעקט וי א אומגעלונגענע פיקציע...
 
למעלה