נועם סטאריק
New member
טוט נאָר אַ קוק
איך ברענג אײַך אַן אַנאָנס וואס איך האָב באַמערקט אין איינע פֿון די לעצטע נומערן פֿון "באַלײַכטונגען": מיר בעטן אייער ענטשולדיגונג... אין העפֿט פֿון פּרשת מקץ (חנוכּה), איז געשטעלט געוואָרן בטעות אַ בילד פֿון אַ דריידל מיט אות "פ", אַנשטאָט אַ "ש". ווי באַוואוסט, איז אין אַלע דורות ביזן הײַנטיגן טאָג גענוצט געוואָרן דורכן אידישן פֿאָלק אין גלות, דער אות "ש" אינם דריידל (שם). די ציונים האָבן געענדערט דעם "ש" אויף אַ "פ" (פה), מיט די טענה, אַז מיר האָבן אַ לאַנד. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע עהרליכע אידן זענען קעגן דעם, "ובחוקותיהם לא תלכו". מיר זענען נישט געווען גענוג פֿאָרזיכטיג דערויף, וואָס עס איז גענומען געוואָרן אַ בילד פֿון אַ דריידל מיטן אות "פ". ושגיעות מי יבין... [איך האָב עס איבערגעשריבן גענוי לויט ווי ס'שטייט, אַחוץ דער פּונקטואַציע] די וואָכנשריפֿט "באַלײַכטונגען" געערט צו משפּחת ערנטאַל אין מאה-שערים, דער שטאַנדפּונקט פֿון דער וואָכנשריפֿט איז אַנטי-ציוניסטיש און אולטרא- אורטודוקס. איך האָב איר ליב צו לייענען ווייל די שטאָף איז גאַנץ אַ גוטע.