טײַערע ייִדיש־לערערס און לייענקרײַז־אָנפֿירער

חייםלוי

Member
מנהל
טײַערע ייִדיש־לערערס און לייענקרײַז־אָנפֿירער

ווי אָפֿט האָט מען אײַך שוין געפֿרעגט די פֿראַגע: "צי שרײַבט עמעצער נאָך אַלץ אויף ייִדיש הײַנט?" דער דערויף איז אַ בפֿירושער יאָ. עס זײַנען נאָך דאָ מענטשן וואָס שרײַבן הײַנט אויף ייִדיש און זיי באַהאַנדלען הײַנטצײַטיקע ענינים אויף אַ מאָדערנעם אופֿן. דאָס אַקאַדעמישע יאָר ענדיקט זיך באַלד, גיט אײַערע סטודענטן און/אָדער אײַערע מיטגלידער די מתּנה נײַע ייִדישע ליטעראַטור — אויפֿן שוועל נומ' 358–359, אַ ספּעציעלער ליטעראַרישער נומער אין בוכפֿאָרמאַט.

דער באַנד איז אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־ליטעראַטור.
דער פֿולער תּוכן פֿונעם נומער געפֿינט זיך דאָ:

http://docs.leagueforyiddish.org/afn_shvel-358-359-Yidisher_INHALT.pdf

ביזן סוף פֿון דעם זמן קען מען באַשטעלן דעם ספּעציעלן נומער בײַ דער ייִדיש־ליגע בחצי־חנם:
פֿיר דאָלאָר אַ קאָפּיע פּלוס פּאָסטגעלט פֿאַר אַ באַשטעלונג פֿון מינימום 3 עקזעמפּלאַרן.
דרײַ דאָלאַר אַ קאָפּיע פּלוס פּאָסטגעלט פֿאַר אַ באַשטעלונג פֿון מינימום 10 עקזעמפּלאַרן.

צו באַשטעלן פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז:
www.leagueforyiddish.org
גיט אַ קוועטש אויף "מיטגלידערשאַפֿט — ווערט אַ מיטגליד/אַבאָנירט". $42 אַ יאָר פֿאַר אײַך און נאָר $21 פֿאַר סטודענטן.

אַ שיינעם דאַנק.

שבֿע צוקער גאָשע זאַרעמבאַ
אויספֿיר־סעקרעטאַר/שעף־רעדאַקטאָר סעקרעטאַרשע
http://docs.leagueforyiddish.org/afn_shvel-358-359-Yidisher_INHALT.pdf
docs.leagueforyiddish.org
 
למעלה