יידישיסט

יידישיסט

האסט אמאל געבויט א וועב-סייט אויף יידיש , א מעשה פין א דרייפערטל יאר-ציריק, האסט דאס מפרסם געווען אין פורום יוצאים בשאלה , וואס טיט זיך מיט דעם וועב-סייט ? עס שטייט נאך ?
 

קערבאלע

New member
טייערשטנס, צווייטנס, והשלישית

יידישיסט, ערשטנס, גם אני הקטן וואלט געווען א בעלן צו וויסן וואס סע טוט זיך מיט אייער אמאליקן יידישן וועב-זייטל. און צווייטנס, וואלט איך אויך זייער געוואלט וויסן וויאזוי מען קען גיך און אן איבעריקע קונצן ארויס אויף די פריערדיקע נומערן פון אייער וועכנטלעכן "עונג שבת". פריער האט מען עס געקאנט כאפן אויפן הויפט-זייטל פון אונדזער פארום אצינד אבער מוז מען זיי אפנים לאנג, לאנג נאכזוכן אינעם ארכיוו אדער אויף די פריערדיקע זייטלעך וואס ווערן נאך לעת-עתה פאררעכנט פאר "אקטיווע". והשלישית, זייט מיר, למען-השם, מוחל וואס איך ווער אזוי אפט פארפאלן. כ´סטארע זיך זייער נאכצופאלגן אונדזער ליבן פארום אבער ווייט ניט תמיד קלעקט מיר צייט און דערבער בין איך אזוי נאריש אריינגעפאלן מעלדנדיק עפעס וואס איז למעשה -- שוין א מעשה מיט א לאנגער בארד. דאך וועט עס אפשר ציען די אויפמערקזאמקייט פון די וואס האבן יענעם "בלאג" פארט פארפעלט... מיט די סאמע בעסטע גרוסן, אייער, בערקאלע ושליש
 
איך בין חוזר-בתשובֿה!

איך וועל ענטפֿערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון: ערשטנס, מײַן אַלטע וועבזײַטל איז אַ שמאַטע שאין להתגאות בו. דעריבער מאַך איך נישט פֿאַר איר קיין שום רעקלאַמעס…
השנית, אין אַן אַרטיקל אונטערן רובריק "מאמרים" זענען זיי אַלע קאָלעקטיוויזירט. פֿון נומ´ 11 און ווײַטער זענען זיי אַרויס אינעם נײַעם פֿאָרמאַט (PDF), לײַען זיי מיט אַ גמרא-ניגון… השלישית, מחול לך, מחול לך, מחול לך… נאָר למען-השם, געדענק וווּ די האָניק ליגט!
 
למעלה