כּפֿלען, צעטיילן, פּראָצענט אאַז"וו

כּפֿלען, צעטיילן, פּראָצענט אאַז"וו

פֿאַר אַ פּאָר טעג צוריק אין דאָ פֿאָרגעקומען אַ דיסקוסיע וועגן מאַטעמאַטיק אויף ײִדיש. עטלעכע האָבן זיך געוווּנדערט אויב ס´זײַנען דאָ מאַטעמאַטיק- טערמינען אויף ײִדיש. אַ קורצע ביבליאָגראַפֿיע וועגן מאַטעמאַטיק-טערמינאָלאָגיע: 1. יונג, וויליאַם-הענרי, דער קליינער געאָמעטער (איבערגעזעצט דרוך אליהו אָלשוואַנגער), דרעזדען 1921. 2. זאַרעצקי, אײַזיק, פּראַקטישע ײִדישע גראַמאַטיק פֿאַר לערערס און סטודענטן, מאָסקווע 1926. 3. ספּיוואַק, עליע, מאַטעמאַטישע טערמינאָלאָגיע, אוקראַיִנישע וויסנשאַפֿטלעכע אַקאַדעמיע, אינסטיטוט פֿאַר ײִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור, קיִעוו 1935. איך שטעל זיך פֿאָר אין די לערן-ביכלעך פֿאַר מאַטעמאַטיק אין די ײִדישע שולן אין מיזרח-אײראָפּע, פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין די דרום-אַמעריקאַנער לענדער, קען מען זיך טרעפֿן מיט אַ היפּש טערמינען וואָס פֿון מאַטעמאַטיק וואָס זײַנען נישט גאָר באַקאַנט.
 

minci

New member
זער גוט!

א מחיה! זאג מיר אבער ווו מע קען קריגן אזעלעכע ביכלעך? ווי מע זאגט משוואה? פארגלייכן=להשוות. דערפאר עס איז מעגלעך אז מע זאגט "פארגלייכונג" למשל?
 
למעלה