כיצד מנקדין?

  • פותח הנושא 1haam
  • פורסם בתאריך

1haam

New member
כיצד מנקדין?

אני מתאר לעצמי שזה הופיע בפורום. אבל כאחד שהחמיץ, מישהו יכול להפנות אותי? הכוונה לטכניקה, לא לכללי הדקדוק. יונה, וויפל קאסט א קאלעכדיגע בייגעלע? גיב זשע איינעם. פאנטי, אנטשולדיגט מיר אז איך האב געמיינט דו ביסט א בחור. טל"ח. 1העם.
 
ווי איך האָב שוין געשריבן

מי שרוצה לכתוב עם האותיות המיוחדות של יידיש כמו פֿ בֿ, עושים זאת כך: פותחים תוכנת וורד - הוספה - סימן ואז מוצאים את האות המבוקשת ופשוט מעתיקים אותה להודעה. לגבי ניקוד של קמץ ופתח - לוחצים על caps lock משאירים אותו פתוח ולוחצים shift + אחד המספרים מעל האותיות. כך למשל: קמץ shift + 8 פתח - shift + 7 וכד´.
 

1haam

New member
א שיינעם דאנק

צו קאַטאָוועס און צו בן-אַהֲרוֹן (יצחק?). 1העם.
 
../images/Emo45.gif../images/Emo6.gif

1 = יפה ניקדת ! 2 = אני לא יצחק, וגם לא המזכ"ל המיתולוגי.
 

fanti

New member
איך האב נישט בארמערקט , און

אפשר איז דוס איער מזל :) איך האב אלעמאל געווסט אז איך בין אה יידיש מיידעל האב אה גוט וואך, אחד העם
 

1haam

New member
אפשר איז דאס טאקע מיינע מזל

כ´האב געקוקט אין דיינע פאטאגראפ, און עס דאכט זיך מיר אז לעאנארדא דא ווינטשע האט דאס גערוסעוועט. א פיינע שמייכעל :) איצט מוז איך האבן א גוטער וואך. ביי אונדז זאגט מען אויכעט "פאטעלנע". האב א פיינעם וואך. נו, וואס-זשע קאן איך נאך זאגן (א-פרופו "זשע"). 1העם
 
"גערוסעוועט"? נו נו...

ווער עס פאַרשטייט ניט- "ריסאָוואַט" אויף רוסיש איז מאָלען. האָסט מיר דערמאַנט אַ לאַכעדיקן פּאַסירונג: ווען איך האָב געוווינט אין צפת פלעג איך דאַווענען אין עפעס אַ קלויז וואָס דער מערהיַיט מתפללים דאָרט זיַינען געווען אַלטע רוסישע ליַיט, און זיַינען געווען צוויי אחראים, וועלכע פלעגן פירן דאָרט די עניינים, יוסף און ראובן האָבן זיי געהייסן. אַ מאָל פרעג איך איינעם פון די "זקני ישראל" (אַזוי האָט זיי מיַין פריַינד גערופן) ווו זיַינען ראובן און יוסף. ענטפערט ער מיר: זיי קראַסעט מען דעם שול. ווער ס´האָט ניט פאַרשטאַנען- זיי זיַינען געווען אינעמווייניק און געפַרבט. די ווענט. אָט אזוי. א רוהיקן טאָג. יונה
 

1haam

New member
פארבן די ווענט

דאס האט מעכעל-אנדזשעלאָ געטאן, אין די קאטעדראלעס. מסתמא האט ער געקראצט די ווענט אויכעט.לעאָנרדאָ האט גערוסעוועט און געמאלעט. זיי האבן נישט גערעדט יידיש, די גויים... כ´האב נישט געוויסט אז רוסעווען איז ראסיש. חן-חן. 1העם
 

fanti

New member
גערוסעוועט , איז נישט געצייכנט ?

זאט אויס אז דו בינסט אה פיינער מענטש , אחד העם נאר דאין פוילישע אידיש ......... אוי וייז צו מיר ... נו , נאר געזונט און מיין מונה ליזה איז אויסגעקליבען צווישן אה בילדער פון אה הונט, אה כאץ, אה בלום אודער מונה ליזה :))))))))
 
למעלה