מַלכּי האָט שוין חתונה געהאַט

מַלכּי האָט שוין חתונה געהאַט../images/Emo47.gif

נו, די חתונה איז שוין אונטער מיר און איך קען זיך נישט אַזוי גיך באַרויִקן, מיינט נישט אַז האָב עפּעס אַ טענה צו עמעצן, ניין, איך בין דווקא זייער צופֿרידן און פֿול מיט גליק פֿון מײַן שוועסטערס שׂימחה. ס´האָט מיר אַליין לאכעדיק געמאַכט אַז גלײַן אין אָנהייב ווען געסט זענען צוגענענטערט צו מיר זאָגנדיק "מזל-טובֿ" איז מיר פּשוט אַרויסגעפֿלויגן פֿון קאָפּ וואָס אַ ייִד ענטפּערט אויף צוריק... איך האָב עפּעס געמורמלט אונטערן באָרד (סתּם אַ שפּריכוואָרט – איך האָב נישט קיין באָרד) און געמאַכט ווי איך זאָג עפּעס ערנסט. נאָר עטלעכע מינוט שפּעטער האָב באַמערט מײַן ברודער ווי ער ענטפֿערט "ברוכים-תּהיו"... טאַטע לעבן, ווי איך האָב אַלץ באַגראָבן ווי עשׂר אמות אין דער ערד. די חתן-כּלה האָבן אויסגעזען ווי אַ פּאָר מן-השמים. צוויי קליינע דאַריטשקע שטענגעלך, קוקן מיט צעווילדעוועטע אויגן אויף וואָס ס´גייט פֿאָר אַרום זיי. אוי, זענען זיי געווען זיס. איך האָב אַרײַנגעקלאַפּט מיט גרויס יראה אין יחוד-שטיבל און די כּלה האָב מיר וואַרעם געגעבן די האַנט און געוווּנטשן און געוווּנטשן פֿון טיפֿסטן האַרצן אַז איך זאָל תּשובֿה טאָן... ס´האָט מיר צעבראָכן די האַרץ, וואָס ווייסט אַ כּלה אין אירער עלטערער בורדערס נשמה? ווי קען איך בכלל ממלא זײַן איר רצון? איך קען רעדן און רעדן אַ סך וועגן די גרויסע שׂימחה אָבער כ´וועל דאָס באַשרײַבן פֿון צײַט צו צײַט. ___________________ איר קענט אפֿשר דיר פֿאָלקס-ליד: מַלכּי [דער נאָמען קענט איר בײַטן] האָט שוין חתונה געהאַט מַלכּי האָט שוין חתונה געהאַט קיינער האָט איר נישט גענייט, זי האָט זיך די קאָפּ פֿערדרייט מַלכּי האָט שוין חתונה געהאַט ....
 
אצלנו היו מוסיפים את הברכה,../images/Emo48.gif

המסורתית. "מען זאל שוין דיר, אויכעט זען, זיצן ביי דיין עייגענעם טיש, עסן דיין עייגענעם פלייש." לחיי, החתונות שבדרך !
 

yaely2

New member
מנהל
חתונה האבן ../images/Emo65.gif

שלום עליכם, איך האב זאך דערמאנט אין א ליד אבער איך ווייס ניש דעם גאנצן ליד "איך האב א מיידעלע, הייסט זי דבוירע (דבורה) וויל זי חתונה האבן, האט זי מוירע (מורא).. יעלי
 
../images/Emo49.gif../images/Emo65.gif../images/Emo20.gif

זאל זיין מיט אסאך מזל און אלע וואס (דארפן) ווילן חתונה האבן זאלן טרעפן א מיידאלע מיט לחם משנה
 
תודה תודה

פתאום אני קורא את טעיות הכתיב האיומות שבהודעה הראשית שלי
זה נאחס שכזה. זייט געבענטשט.
 
מזל טוב

איך היה בחתונה ראית את החברים שלך מהילדות איך הם קיבלו אתך האם הם דיברו איתך???????????.
 
צדיק-נסתּר ../images/Emo54.gif

ברודער מײַנער, וואָס איז געשען? האָסט פֿאַרגעסן דײַן ייִדיש?
אוי יאָ, זיי האָבן גערעדט אַ סך מיט מיר, למעשׂה בין איך געזעצן ווי אַ רבי וואָס מע קומט בײַ אים פֿרעגן אַן עצה... יעדער מינוט האָט זיך אַ צווייטער צוגעבויגן צו מיר הערן עפּעס וואָס הערט זיך מעבֿר לסמבטיון.... נאָר קוויטלעך האָבן זיי משום-מה נישט געגעבן. אפֿשר ווייסטו פאַר וואָס?
 
אידיש

איך האב נישט פארגעסן מיין אידיש אבער סי איז מיר שווער צו שרייבן אידיש כמעט וואס איך שרייב נישט קיין אידיש זיי געזונט און שטארק
 

לוו

New member
יידישיסט ביסט ג´עגאנגען ביי דיין

שוועסטער חתונה מיט א כיפה ? אדער מיט די גאנצע שמונה בגדים ? פארצייל מיין ברידער ,פארצייל,
 
ווי אַ משׂכּיל !

פֿאַרשטייט זיך אַז נישט מיט אַלע שמונה בגדים, נאָר מע קען מער זאָגן ווי קורח – אַ ווײַסע בלוסקע, שוואַרצע הויזן, שוואַרצע שיך, אַ כאַלעטל אַ קורצע מיט אַ קליין שוואַרץ קאַפּל... אַזוי ווי אַ מאָדערנער חבֿרונער ישיבֿה-בחור. אָבער דאָס אַלץ איז אין דאַנצן אַנדערש פֿון די מלבושים פֿון די צדיקים דאָרט בײַ דער חתונה, זײַ האָבן געבלינקלט מיט זייערע גאָלדענע קאַפֿטענעס מיט ברייטע ווײַסע גאַרטלען.
 
למעלה