צודק חיים, נקמת ילד קטן...
בטרבלימקה נרצחו די והותר ילדים וילדות בנות עשר, גם אם לא היו אחיותיו של בינעם הלר. יימח שמם וזיכרם של הנאצים ועוזריהם הפולנים והאוקראינים. התופעה של " ילדה - אמא " מוכרת היטב, בעם היהודי. גם בישראל במשפחות ברוכות ילדים, אנו עדים לתופעה. ילדות בנות עשר וגם פחות עוזרות לטפל בבני המשפחה הקטנים יותר. להלן מילות השיר : מײַן שוועסטער חיה. [אחותי חיה] מלים : בינעם הלר. מנגינה : חווה אלברשטיין. * מײַן שוועסטער חיה, מיט די גרינע אויגן, מײַן שוועסטער חיה מיט די שוואַרצע צעפּ. די שוועסטער חיה וואָס האָט מיך דערצויגן, אויף סמאָטשע גאַס, אין הויז מיט קרומע טרעפ. די מאַמע איז אַוועק פֿון שטוב באַגינען, ווען אויפֿן הימל האָט ערשט קוים געהעלט. זי איז אַוועק אין קרוים ארײַן פֿאַרדינען, דאָס בידנע דראָבנע גראָשנדיקע געלט. און חיה איז געבליבן מיט די ברידער, און זי האָט זיי געקאָרמעט און געהיט. און זי פֿלעגט זינגען זיי די שיינע לידער, פֿאַר נאַכט, ווען קליינע קינדער ווערן מיד. מײַן שוועסטער חיה מיט די גרינע אויגן, מײַן שוועסטער חיה מיט די לאַנגע האָר. די שוועסטער חיה וואָס האָט מיך דערצויגן, איז נאָך נישט אַלט געווען קיין צענדלינג יאָר. זי האָט גערוימט, געקאָכט דערלאַנגט דאָס עסן, זי האָט געצוואָגן אונדז די קליינע קעפּ. נאָר שפּילן זיך מיט אונדז האָט זי פֿאַרגעסן, די שוועסטער חיה מיט די שוואַרצע צעפּ. מײַן שוועסטער חיה מיט די אויגן גרינע, אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקאַ זי פֿאַרברענט. און איך בין אין דער ײִדישער מדינה, דער סאַמע לעצטער, וואָס האָט זי געקענט. פֿאַר איר שרײַב איך אויף ײִדיש, מײַנע לידער, אין טעג די שרעקלעכע פֿון אונדזער צײַט. בײַ גאָט אַליין איז זי אַ בת-יחידה, אין הימל זיצט זי בײַ זײַן רעכטער זײַט.