מיין שול אין פוילין
אזוי ווי איך האב ציגעזאגט יידישיסט,דערצייל איך וועגן די שול ווי איך האב זיך געלערנט אין פוילן.די שול איז געווען מטעם משרד לחינוך ולתרבות עברית ע"י מרכז ה"חלוץ" בפולין.דער נומען פין דער שול איז געווען:בית הספר ע"ש לוחמי הגיטאות בוורוצלב.(וורוצלב פאר דער צווייטע וועלט קריג איז געווען א דויטשישע שטאט -ברסלאו).דוס איז געווען א העברעישע שול ווס האט זיך געפינען אין א געביידע מיט א סאך צימערן אין צווי צי דריי שטעק. מען האט געלערנט:1)עברית 2)פולנית 3)יידיש 4)תנ"ך 5)הסטוריה ישראלית 6)הסטוריה פולנית 7)חשבון 8)גיאוגרפיה 9)ידיעת ארץ ישראל 10)טבע 11)ציור 12) מלאכה 13)זמרה 14) התעמלות. איך גלייב אז עס זענען געווען זיבן אבער אכט קלאסן. אין דער שול האבן זיך געלערנט אין 1948 בערך 150-200 תלמידים, אפשר א ביסל ווינציקער. דוס איז געווען א ציוניסטישע שול ווייל מען האט א גאנצע צייט גערעט וועגן עולה זיין קיין ארץ ישראל. אף די ווענט אין די קלאסן זענען געווען געמולטע בילדער פין יינגע חברה וווס בארבעטן די ערט פין א קבוץ.מען האט אינץ ארצויגן מען זאל ליב האבן דוס לעיבן אין לאנד. מיין לעיריקע אין דער דריטער קלאס(כתה) האט געהייסן צפורה(פייגע) רוזנפלד.זי האט אינז דערציילט אז זי וועט פורן אין קארצן קיין ארץ ישראל אין זיך באזעצן אין דעם קבוץ "לוחמי הגיטאות".איך וואלט זייער געוואלט וויסן צי זי ווינט ביז היינט אין דעם קבוץ,און ווס עס הערט זיך ביי איר. אין דער שולע איז אין יעדער יידישער יום טוב פארגעקומען פארשטעלונגען פין די תלמידים.(איך האב א בילד ווי יעך שטעל פאר וועגן חנוכה). אין 1950 האט די קומוניסטישע רעגירונג פאמאכט די שולע חאטש מען האט געלערנט די פוילישע שפראך און מען האט געזינגען דעם אינטרנציונל. די שפראך עברית ווס איך האב זיך געלערנט אין דער שול איז מיר ציניץ געקומען ווען איך בין געקומען אין לאנד אריין.עס האט נישט געדארט אפילו אפילו א יאר אין איך האב געקענט זייער גיט די העברעישע שפראך. איך ווינטש אלע חברים פין דעם פורום א פריילעכן יום טוב.חג שמח!!